Joshua יהושע Yehoyesh's Yiddish Tanakh Translation [yi] http://opensiddur.org/praxes/study/yehoyeshs-yiddish-translation-of-the-tanakh/ יהושע Chapter 1 און עס איז געװען נאָך דעם טױט פֿון משה דעם קנעכט פֿון גאָט, האָט גאָט געזאָגט צו יהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, דעם באַדינער פֿון משהן, אַזױ צו זאָגן: משה מײַן קנעכט איז געשטאָרבן; און אַצונד שטײ אױף, און גײ אַריבער דעם דאָזיקן יַרדן, דו און דאָס דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק, צו דעם לאַנד װאָס איך גיב זײ – די קינדער פֿון ישׂראל. יעטװעדער אָרט װאָס אײַער פֿוסטריט װעט דערױף טרעטן, האָב איך אײַך אים געגעבן, אַזױ װי איך האָב גערעדט צו משהן. פֿון דעם מדבר, און דעם דאָזיקן לבֿנוֹן, און ביזן גרױסן טײַך, דעם טײַך פּרָת, דאָס גאַנצע לאַנד פֿון די חִתּים, און ביזן יַם-הַגָדול, צו זונאונטערגאַנג, װעט זײַן אײַער געמאַרק. קײנער װעט ניט באַשטײן פֿאַר דיר אַלע טעג פֿון דײַן לעבן; אַזױ װי איך בין געװען מיט משהן, װעל איך זײַן מיט דיר; איך װעל דיך ניט אָפּלאָזן און דיך ניט פֿאַרלאָזן. זײַ שטאַרק און פֿעסט, װאָרום דו װעסט דאָס דאָזיקע פֿאָלק מאַכן אַרבן דאָס לאַנד װאָס איך האָב געשװאָרן זײערע עלטערן זײ צו געבן. נאָר זײַ זײער שטאַרק און פֿעסט צו היטן צו טאָן אַזױ װי די דאָזיקע גאַנצע תּוֹרה װאָס משה מײַן קנעכט האָט דיר באַפֿױלן; זאָלסט דערפֿון ניט אָפּקערן רעכטס אָדער לינקס, כּדי זאָלסט באַגליקן אומעטום אַװוּ דו װעסט גײן. דאָס דאָזיקע בוך פֿון דער תּוֹרה זאָל זיך ניט אָפּטאָן פֿון דײַן מױל, און זאָלסט טראַכטן דערפֿון טאָג און נאַכט, כּדי זאָלסט היטן צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס שטײט געשריבן דערין; װאָרום דענצמאָל װעסטו מצליח זײַן אין דײַנע װעגן, און דענצמאָל װעסטו באַגליקן. פֿאַר װאָר, איך זאָג דיר אָן: זײַ שטאַרק און פֿעסט, זאָלסט ניט פֿאָרכטן און ניט אַנגסטן, װאָרום יהוה דײַן גאָט איז מיט דיר אומעטום אַװוּ דו װעסט גײן. האָט יהוֹשועַ באַפֿױלן די אױפֿזעער פֿון פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: גײט דורך אין לאַגער, און באַפֿעלט דעם פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: גרײט אײַך אָן צערונג, װאָרום אין דרײַ טעג אַרום גײט איר אַריבער דעם דאָזיקן יַרדן, צו קומען אַרבן דאָס לאַנד װאָס יהוה אײַער גאָט גיט אײַך, עס צו אַרבן. און צו די ראובֿנים, און צו די גָדים, און צום האַלבן שבֿט מנשה, האָט יהוֹשועַ געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: געדענקט די זאַך װאָס משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט אײַך באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: יהוה אײַער גאָט באַרוט אײַך, און װעט אײַך געבן דאָס דאָזיקע לאַנד. זאָלן אײַערע װײַבער, אײַערע קלײנע קינדער, און אײַער פֿי, בלײַבן אין דעם לאַנד װאָס משה האָט אײַך געגעבן אױף דער זײַט יַרדן, און איר, אַלע העלדישע גיבוֹרים, זאָלט אַריבערגײן באַװאָפֿנטע פֿאַרױס פֿאַר אײַערע ברידער, און זײ העלפֿן. ביז װאַנען גאָט װעט באַרוען אײַערע ברידער אַזױ װי אײַך, און אױך זײ װעלן אַרבן דאָס לאַנד װאָס יהוה אײַער גאָט גיט זײ. דענצמאָל װעט איר זיך אומקערן צו דעם לאַנד פֿון אײַער אַרבונג, און װעט עס אַרבן – װאָס משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט אײַך געגעבן אױף דער זײַט יַרדן, צו זונאױפֿגאַנג. האָבן זײ געענטפֿערט יהוֹשוען, אַזױ צו זאָגן: אַלץ װאָס דו האָסט אונדז באַפֿױלן, װעלן מיר טאָן, און אומעטום אַװוּ דו װעסט אונדז שיקן, װעלן מיר גײן. גענױ װי מיר האָבן צוגעהערט צו משהן, אַזױ װעלן מיר צוהערן צו דיר; זאָל נאָר יהוה דײַן גאָט זײַן מיט דיר, אַזױ װי ער איז געװען מיט משהן. איטלעכער מאַן װאָס װעט װידערשפּעניקן דײַן מױל, און װעט ניט צוהערן דײַנע װערטער, לױט אַלץ װאָס דו װעסט אים באַפֿעלן, זאָל געטײט װערן; נאָר זײַ שטאַרק און פֿעסט. Chapter 2 און יהוֹשועַ דער זון פֿון נון האָט געשיקט פֿון שִטים צװײ מענטשן אױסקוקערס שטילערהײט, אַזױ צו זאָגן: גײט זעט דאָס לאַנד, און יריחו. זײַנען זײ געגאַנגען, און זײַנען געקומען אין הױז פֿון אַ פֿרױ אַ זוֹנה װאָס איר נאָמען איז געװען רָחָבֿ, און האָבן זיך דאָרטן געלײגט. איז אָנגעזאָגט געװאָרן דעם מלך פֿון יריחו, אַזױ צו זאָגן: זע, מענטשן זײַנען געקומען אַהער די נאַכט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, אױסצופֿאָרשן דאָס לאַנד. האָט דער מלך פֿון יריחו געשיקט צו רָחָבֿן, אַזױ צו זאָגן: גיב אַרױס די מענטשן װאָס זײַנען געקומען צו דיר, די װאָס זײַנען געקומען אין דײַן הױז, װאָרום אױסצופֿאָרשן דאָס גאַנצע לאַנד זײַנען זײ געקומען. – און די פֿרױ האָט גענומען די צװײ מענטשן, און האָט זײ באַהאַלטן. – און זי האָט געזאָגט: יאָ, די מענטשן זײַנען געקומען צו מיר, אָבער איך האָב ניט געװוּסט פֿון װאַנען זײ זײַנען; און עס איז געװען, װי מע האָט געזאָלט פֿאַרשליסן דעם טױער, אַז עס איז געװאָרן פֿינצטער, אַזױ זײַנען די מענטשן אַרױסגעגאַנגען; איך װײס ניט װוּהין די מענטשן זײַנען געגאַנגען; יאָגט זײ נאָך אױף גיך, װאָרום איר װעט זײ אָניאָגן. אָבער זי האָט זײ געהאַט אַרױפֿגעפֿירט אױפֿן דאַך, און זײ באַהאַלטן אין פֿלאַקסשטעקלעך װאָס זײַנען געװען אױסגעלײגט בײַ איר אױפֿן דאַך. און די מענטשן האָבן זײ נאָכגעיאָגט אױפֿן װעג פֿון יַרדן, צו די איבערפֿאָרן; און דעם טױער האָט מען פֿאַרשלאָסן נאָכדעם װי עס זײַנען אַרױסגעגאַנגען די װאָס האָבן זײ נאָכגעיאָגט. און אײדער זײ האָבן זיך געלײגט, איז זי אַרױפֿגעגאַנגען צו זײ אױפֿן דאַך, און זי האָט געזאָגט צו די מענטשן: איך װײס, אַז גאָט האָט אײַך געגעבן דאָס לאַנד, און אַז אײַער אימה איז געפֿאַלן אױף אונדז, און אַז אַלע באַװוינער פֿון לאַנד זײַנען צעגאַנגען געװאָרן פֿאַר אײַך. װאָרום מיר האָבן געהערט װי גאָט האָט אױסגעטריקנט די װאַסערן פֿון ים-סוף פֿון פֿאַר אײַך, בײַ אײַער אַרױסגײן פֿון מִצרַיִם, און װאָס איר האָט געטאָן צו די צװײ מלכים פֿון דעם אֶמוֹרי װאָס אױף יענער זײַט יַרדן, צו סיחונען און צו עוֹגן, װאָס איר האָט זײ פֿאַרװיסט. און װי מיר האָבן געהערט אַזױ איז צעגאַנגען אונדזער האַרץ, און אין קײנעם איז מער אַן אָטעם ניט געבליבן פֿון װעגן אײַך; װאָרום יהוה אײַער גאָט ער איז גאָט אין הימל אױבן, און אױף דער ערד אונטן. און אַצונד שװערט מיר, איך בעט אײַך, בײַ יהוה, װײַל איך האָב געטאָן חסד מיט אײַך, אַז איר אױך װעט טאָן חסד מיט מײַן פֿאָטערס הױז; און איר זאָלט מיר געבן אַן אמתן צײכן, אַז איר װעט לאָזן לעבן מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער, און מײַנע ברידער און מײַנע שװעסטער, און אַלע װאָס געהערן צו זײ, און איר װעט מציל זײַן אונדזערע נפֿשות פֿון טױט. האָבן די מענטשן צו איר געזאָגט: אונדזער נפֿש אָנשטאָט אײַך צום טױט, אױב איר װעט ניט אױסזאָגן די דאָזיקע זאַך אונדזערע! און עס װעט זײַן, אַז גאָט װעט אונדז געבן דאָס לאַנד, װעלן מיר טאָן מיט דיר חסד און טרײַשאַפֿט. האָט זי זײ אַראָפּגעלאָזן מיט אַ שטריק דורכן פֿענצטער; װאָרום איר הױז איז געװען אין דער װאַנט פֿון דער שטאָטמױער, און זי האָט געװוינט אין דעם מױער. און זי האָט צו זײ געזאָגט: גײט צום באַרג צו, כּדי די נאָכיאָגער זאָלן אײַך ניט אָנטרעפֿן; און איר זאָלט אײַך באַהאַלטן דאָרטן דרײַ טעג, ביז די נאָכיאָגער קערן זיך אום; און דערנאָך װעט איר גײן אױף אײַער װעג. האָבן די מענטשן צו איר געזאָגט: מיר װעלן זײַן רײן פֿון דײַן דאָזיקער שבֿועה װאָס דו האָסט אונדז באַשװאָרן. אָט װי מיר קומען אין לאַנד, זאָלסטו די שנור פֿון דעם דאָזיקן רױטן פֿאָדים אָנבינדן אין דעם פֿענצטער װאָס דו האָסט אונדז אַראָפּגעלאָזן דורך אים, און דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, און דײַנע ברידער, און דאָס גאַנצע הױז פֿון דײַן פֿאָטער, זאָלסטו אײַנזאַמלען צו דיר אין הױז. און עס װעט זײַן, איטלעכער װאָס װעט אַרױסגײן פֿון די טירן פֿון דײַן הױז דערױסן, װעט זײַן בלוט זײַן אױף זײַן קאָפּ, און מיר װעלן זײַן רײן; אָבער איטלעכער װאָס װעט זײַן בײַ דיר אין הױז, װעט זײַן בלוט זײַן אױף אונדזער קאָפּ, אױב אַ האַנט װעט זײַן אױף אים. אױב אָבער דו װעסט אױסזאָגן די דאָזיקע זאַך אונדזערע, װעלן מיר זײַן רײן פֿון דײַן שבֿועה װאָס דו האָסט אונדז באַשװאָרן. האָט זי געזאָגט: װי אײַערע װערטער, אַזױ זאָל זײַן. און זי האָט זײ אַרױסבאַלײט, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען. און זי האָט אָנגעבונדן די רױטע שנור אין פֿענצטער. און זײ זײַנען געגאַנגען, און זײַנען געקומען צום באַרג, און זײַנען דאָרטן געזעסן דרײַ טעג, ביז די נאָכיאָגערס האָבן זיך אומגעקערט. און די נאָכיאָגערס האָבן געזוכט אױפֿן גאַנצן װעג, און האָבן ניט געפֿונען. און די צװײ מענטשן האָבן זיך אומגעקערט, און האָבן אַראָפּגענידערט פֿון באַרג, און זײַנען אַריבערגעגאַנגען און געקומען צו יהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, און האָבן אים דערצײלט אַלץ װאָס זײ האָט געטראָפֿן. און זײ האָבן געזאָגט צו יהוֹשוען: פֿאַר װאָר, גאָט האָט געגעבן אין אונדזער האַנט דאָס גאַנצע לאַנד; און אױך זײַנען די באַװוינער פֿון לאַנד צעגאַנגען געװאָרן פֿאַר אונדז. Chapter 3 און יהוֹשועַ האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און זײ האָבן געצױגן פֿון שִטים, און זײַנען געקומען ביזן יַרדן, ער און אַלע קינדער פֿון ישׂראל; און זײ האָבן דאָרטן גענעכטיקט אײדער זײ זײַנען אַריבערגעגאַנגען. און עס איז געװען צום סָוף פֿון דרײַ טעג, זײַנען די אױפֿזעער דורכגעגאַנגען אין לאַגער, און זײ האָבן באַפֿױלן דעם פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: װי איר זעט דעם אָרון פֿון בונד פֿון יהוה אײַער גאָט, און די כֹּהנים פֿון שבֿט לֵוִי טראָגן אים, אַזױ זאָלט איר ציען פֿון אײַער אָרט, און גײן נאָך אים – נאָר װײַט זאָל זײַן צװישן אײַך און צװישן אים, אַרום צװײ טױזנט אײלן אױפֿן מאָס; איר זאָלט ניט גענענען צו אים – כּדי איר זאָלט װיסן דעם װעג װאָס איר זאָלט אױף אים גײן, װאָרום איר זײַט ניט דורכגעגאַנגען אױף דעם װעג נעכטן-אײערנעכטן. און יהוֹשועַ האָט געזאָגט צום פֿאָלק: הײליקט אײַך, װאָרום מאָרגן װעט גאָט טאָן צװישן אײַך װוּנדער. און יהוֹשועַ האָט געזאָגט צו די כֹּהנים, אַזױ צו זאָגן: טראָגט דעם אָרון פֿון בונד, און גײט פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק. האָבן זײ געטראָגן דעם אָרון פֿון בונד, און זײַנען געגאַנגען פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק. און גאָט האָט געזאָגט צו יהוֹשוען: הײַנטיקן טאָג װעל איך אָנהײבן דיך גרײסן פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ ישׂראל, כּדי זײ זאָלן װיסן, אַז אַזױ װי איך בין געװען מיט משהן, װעל איך זײַן מיט דיר. און דו זאָלסט באַפֿעלן די כֹּהנים װאָס טראָגן דעם אָרון פֿון בונד, אַזױ צו זאָגן: װי איר קומט צום ברעג װאַסער פֿון יַרדן, זאָלט איר אין יַרדן זיך אָפּשטעלן. האָט יהוֹשועַ געזאָגט צו די קינדער פֿון ישׂראל: גענענט אַהער, און הערט די װערטער פֿון יהוה אײַער גאָט. און יהוֹשועַ האָט געזאָגט: דורך דעם װעט איר װיסן, אַז דער לעבעדיקער גאָט איז צװישן אײַך, און פֿאַרטרײַבן װעט ער פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר אײַך דעם כּנַעֲני, און דעם חִתּי, און דעם חוִי, און דעם פּרִזי, און דעם גִרגָשי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם יבֿוסי. אָט גײט דער אָרון פֿון בונד פֿון דעם האַר פֿון דער גאַנצער ערד אַריבער אײַך פֿאַרױס איבערן יַרדן. און אַצונד, נעמט אײַך צװעלף מענער פֿון די שבֿטים פֿון ישׂראל, צו אײן מאַן, צו אײן מאַן פֿון אַ שבֿט. און עס װעט זײַן, װי די פֿוסטריט פֿון די כֹּהנים, װאָס טראָגן דעם אָרון פֿון גאָט דעם האַר פֿון דער גאַנצער ערד, רוען אין די װאַסערן פֿון יַרדן, אַזױ װעלן די װאַסערן פֿון יַרדן פֿאַרשניטן װערן – די װאַסערן װאָס נידערן אַראָפּ פֿון אױבן – און זײ װעלן בלײַבן שטײן אין אײן הױפֿן. און עס איז געװען, װי דאָס פֿאָלק האָט געצױגן פֿון זײערע געצעלטן אַריבערצוגײן דעם יַרדן, מיט די כֹּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון בונד, פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק, און װי די טרעגער פֿון אָרון זײַנען געקומען ביזן יַרדן, און די פֿיס פֿון די כֹּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון, האָבן זיך אײַנגעטונקט אין ברעג װאַסער – װאָרום דער יַרדן איז פֿול איבער אַלע זײַנע ברעגן אַלע טעג פֿון שניט – אַזױ האָבן די װאַסערן, װאָס נידערן אַראָפּ פֿון אױבן, זיך אָפּגעשטעלט; זײ זײַנען געבליבן שטײן אין אײן הױפֿן, זײער װײַט פֿון דער שטאָט אָדָם װאָס לעבן צָרתָן; און די װאָס נידערן אַראָפּ צו דעם ים פֿון פּלױן, דעם יַם-הַמֶלַח, זײַנען אין גאַנצן פֿאַרשניטן געװאָרן; און דאָס פֿאָלק איז אַריבערגעגאַנגען אַקעגן יריחו. און די כֹּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון גאָטס בונד, זײַנען געשטאַנען פֿעסט אױף טריקעניש אין מיטן יַרדן; און גאַנץ ישׂראל זײַנען אַריבערגעגאַנגען אױף טריקעניש, ביז דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענדיקט אַריבערגײן דעם יַרדן. Chapter 4 און עס איז געװען, אַז דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענדיקט אַריבערגײן דעם יַרדן, האָט גאָט געזאָגט צו יהוֹשוען, אַזױ צו זאָגן: נעמט אײַך פֿון פֿאָלק צװעלף מענער, צו אײן מאַן, צו אײן מאַן פֿון אַ שבֿט. און באַפֿעלט זײ, אַזױ צו זאָגן: נעמט אײַך פֿון דאַנען, פֿון מיטן יַרדן, פֿון װוּ די פֿיס פֿון די כֹּהנים זײַנען געשטאַנען פֿעסט, צװעלף שטײנער, און איר זאָלט זײ אַריבערברענגען מיט אײַך, און זײ אַװעקלײגן אין דעם נאַכטלאַגער װאָס איר װעט דרינען נעכטיקן די נאַכט. און יהוֹשועַ האָט גערופֿן די צװעלף מענער, װאָס ער האָט אָנגעברײט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, צו אײן מאַן, צו אײן מאַן פֿון אַ שבֿט, און יהוֹשועַ האָט צו זײ געזאָגט: גײט אַריבער צו דעם אָרון פֿון יהוה אײַער גאָט, אין מיטן יַרדן, און נעמט אײַך איטלעכער אַ שטײן אױף זײַן אַקסל, לױט דער צאָל פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל; כּדי דאָס זאָל זײַן אַ צײכן צװישן אײַך; אַז אײַערע קינדער װעלן שפּעטער אַהין פֿרעגן, אַזױ צו זאָגן: װאָס זײַנען אײַך די דאָזיקע שטײנער? זאָלט איר זײ זאָגן: װײַל די װאַסערן פֿון יַרדן זײַנען פֿאַרשניטן געװאָרן פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָטס בונד; װען ער איז אַריבערגעגאַנגען איבערן יַרדן איז פֿאַרשניטן געװאָרן דאָס װאַסער פֿון יַרדן; און די דאָזיקע שטײנער װעלן זײַן פֿאַר אַ דערמאָנונג צו די קינדער פֿון ישׂראל ביז אײביק. און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אַזױ געטאָן, אַזױ װי יהוֹשועַ האָט באַפֿױלן; און זײ האָבן גענומען צװעלף שטײנער פֿון מיטן יַרדן, אַזױ װי גאָט האָט גערעדט צו יהוֹשוען, לױט דער צאָל פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און זײ האָבן זײ אַריבערגעטראָגן מיט זיך צו דעם נאַכטלאַגער, און זײ אַװעקגעלײגט דאָרטן. און צװעלף שטײנער האָט יהוֹשועַ אױפֿגעשטעלט אין מיטן יַרדן, אױף דעם אָרט װוּ די פֿיס פֿון די כֹּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון בונד, זײַנען געשטאַנען; און זײ זײַנען דאָרטן ביז אױף הײַנטיקן טאָג. און די כֹּהנים װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון, זײַנען געשטאַנען אין מיטן יַרדן, ביז עס איז אױסגעפֿירט געװאָרן אַלצדינג װאָס גאָט האָט באַפֿױלן יהוֹשוען צו רעדן צום פֿאָלק, אַזױ װי אַלץ װאָס משה האָט באַפֿױלן יהוֹשוען. און דאָס פֿאָלק האָט געאײַלט און איז אַריבערגעגאַנגען. און עס איז געװען, װי דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענדיקט אַריבערגײן, אַזױ איז אַריבערגעגאַנגען דער אָרון פֿון גאָט און די כֹּהנים פֿאַרן פֿאָלק. און די קינדער פֿון ראובֿן, און די קינדער פֿון גָד, און דער האַלבער שבֿט מנשה, זײַנען אַריבערגעגאַנגען באַװאָפֿנטע פֿאַרױס פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ װי משה האָט צו זײ גערעדט. אַרום פֿערציק טױזנט באַװאָפֿנטע חיל זײַנען אַריבערגעגאַנגען פֿאַר גאָטס אָנגעזיכט אױף מלחמה, צו די פּלױנען פֿון יריחו. אין יענעם טאָג האָט גאָט געגרײסט יהוֹשוען פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ ישׂראל, און זײ האָבן מוֹרא געהאַט פֿאַר אים אַזױ װי זײ האָבן מוֹרא געהאַט פֿאַר משהן, אַלע טעג פֿון זײַן לעבן. און גאָט האָט געזאָגט צו יהוֹשוען, אַזױ צו זאָגן: באַפֿעל די כֹּהנים װאָס טראָגן דעם אָרון פֿון געזעץ, זײ זאָלן אַרױפֿגײן פֿון יַרדן. האָט יהוֹשועַ באַפֿױלן די כֹּהנים, אַזױ צו זאָגן: גײט אַרױף פֿון יַרדן. און עס איז געװען, אַז די כֹּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון גאָטס בונד, זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון מיטן יַרדן, װי די פֿוסטריט פֿון די כֹּהנים האָבן זיך אױפֿגעהױבן אױף דער יבשה, אַזױ האָבן די װאַסערן פֿון יַרדן זיך אומגעקערט אױף זײער אָרט, און זײַנען געגאַנגען איבער אַלע זײַנע ברעגן אַזױ װי נעכטן-אײערנעכטן. און דאָס פֿאָלק איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון יַרדן אין צענטן טאָג פֿון ערשטן חוֹדש, און זײ האָבן גערוט אין גִלגָל, אין מזרח-עק פֿון יריחו. און די דאָזיקע צװעלף שטײנער, װאָס זײ האָבן אַרױסגענועמן פֿון יַרדן, האָט יהוֹשועַ אױפֿגעשטעלט אין גִלגָל. און ער האָט געזאָגט צו די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: אַז אײַערע קינדער װעלן שפּעטער אַהין פֿרעגן זײערע עלטערן, אַזױ צו זאָגן: װאָס זײַנען די דאָזיקע שטײנער? זאָלט איר מאַכן װיסן אײַערע קינדער, אַזױ צו זאָגן: אױף טריקעניש איז ישׂראל אַריבערגעגאַנגען דעם דאָזיקן יַרדן. װאָרום יהוה אײַער גאָט האָט אױסגעטריקנט די װאַסערן פֿון יַרדן פֿון פֿאַר אײַך, ביז איר זײַט אַריבערגעגאַנגען, אַזױ װי יהוה אײַער גאָט האָט געטאָן צום ים-סוף, װאָס ער האָט אױסגעטריקנט פֿון פֿאַר אונדז, ביז מיר זײַנען אַריבערגעגאַנגען; כּדי אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד זאָלן װיסן די האַנט פֿון יהוה אַז זי איז שטאַרק; כּדי איר זאָלט מוֹרא האָבן פֿאַר יהוה אײַער גאָט אַלע טעג. Chapter 5 און עס איז געװען, װי די מלכים פֿון דעם אֶמוֹרי װאָס אױף דער זײַט יַרדן, צו מערבֿ, און אַלע מלכים פֿון דעם כּנַעֲני װאָס בײַם ים, האָבן געהערט אַז גאָט האָט אױסגעטריקנט די װאַסערן פֿון יַרדן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל, ביז זײ זײַנען אַריבערגעגאַנגען, אַזױ איז זײער האַרץ צעגאַנגען, און אַן אָטעם איז מער ניט געבליבן אין זײ פֿון װעגן די קינדער פֿון ישׂראל. אין יענער צײַט האָט גאָט געזאָגט צו יהוֹשוען: מאַך דיר שטײנערנע מעסערס, און מַל װידער די קינדער פֿון ישׂראל, אַ צװײט מאָל. האָט יהוֹשועַ זיך געמאַכט שטײנערנע מעסערס, און האָט געמַלט די קינדער פֿון ישׂראל אין גִבֿעַת-הָעֲרָלוֹת. און דאָס איז די זאַך פֿאַר װאָס יהוֹשועַ האָט געמַלט: דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס איז אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, די מאַנספּאַרשױנען, אַלע קריגסלײַט, זײַנען אױסגעשטאָרבן אין דער מדבר אונטערװעגנס נאָך זײער אַרױסגײן פֿון מִצרַיִם. װאָרום דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען, זײַנען געװען געמַלט, אָבער דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס זײַנען געבאָרן געװאָרן אין דער מדבר אונטערװעגנס נאָך זײער אַרױסגײן פֿון מִצרַיִם, האָט מען ניט געמַלט. װאָרום פֿערציק יאָר זײַנען די קינדער פֿון ישׂראל געגאַנעגן אין דער מדבר, ביז עס איז פֿאַרלענדט געװאָרן די גאַנצע אומה, די קריגסלײַט װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, װאָס האָבן ניט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון גאָט, די װאָס גאָט האָט זײ געשװאָרן, זײ ניט צו לאָזן זען דאָס לאַנד װאָס גאָט האָט געשװאָרן זײערע עלטערן, אונדז צו געבן, אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק; נאָר זײערע קינדער האָט ער אױפֿגעשטעלט אָנשטאָט זײ. זײ האָט דאָס יהוֹשועַ געמַלט, װײַל זײ זײַנען געװען אומבאַשניטן, װאָרום מע האָט זײ ניט געמַלט אונטערװעגנס. און עס איז געװען, אַז דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן געענדיקט זיך מַלן, זײַנען זײ געזעסן אױף זײער אָרט אין לאַגער ביז זײ זײַנען געזונט געװאָרן. און גאָט האָט געזאָגט צו יהוֹשוען: הײַנט האָב איך אַראָפּגעקײַקלט פֿון אײַך די חרפּה פֿון מִצרַיִם. דרום רופֿט מען יענעם אָרט גִלגָל ביז אױף הײַנטיקן טאָג. און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן גערוט אין גִלגָל; און זײ האָבן געמאַכט דעם קָרבן-פֶּסַח אין פֿערצנטן טאָג פֿון חוֹדש, אין אָװנט, אין די פּלױנען פֿון יריחו. און זײ האָבן געגעסן פֿון דער תּבֿואה פֿון לאַנד אױף מאָרגן נאָכן קָרבן-פֶּסַח, מצות און געברענטע זאַנגען, אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג. און דער מַן האָט אױפֿגעהערט אױף מאָרגן, אַז זײ האָבן געגעסן פֿון דער תּבֿואה פֿון לאַנד; און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן מער ניט געהאַט קײן מַן; און זײ האָבן געגעסן פֿון דער תּבֿואה פֿון לאַנד כּנַעַן אין יענעם יאָר. און עס איז געװען, אַז יהוֹשועַ איז געװען אין יריחו, האָט ער אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן און געזען, ערשט אַ מאַן שטײט אַקעגן אים, מיט זײַן שװערד אַרױסגעצױגן אין זײַן האַנט. איז יהוֹשועַ צוגעגאַנגען צו אים, און האָט צו אים געזאָגט: ביסטו פֿאַר אונדז, אָדער פֿאַר אונדזערע פֿײַנט? האָט ער געענטפֿערט: נײן, נײַערט איך בין דער חיל-פֿירער פֿון גאָט; אָקאָרשט בין איך געקומען. איז יהוֹשועַ געפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד, און האָט זיך געבוקט, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס װיל מײַן האַר רעדן צו זײַן קנעכט? האָט דער חיל-פֿירער פֿון גאָט געזאָגט צו יהוֹשוען: צי אַראָפּ דײַן שוך פֿון דײַן פֿוס, װאָרום דער אָרט װאָס דו שטײסט אױף אים, ער איז הײליק. און יהוֹשועַ האָט אַזױ געטאָן. Chapter 6 און יריחו איז געװען פֿאַרשפּאַרט און פֿאַרשלאָסן פֿון װעגן די קינדער פֿון ישׂראל; ניט אַרױס און ניט אַרײַן. האָט גאָט געזאָגט צו יהוֹשוען: זע, איך האָב געגעבן אין דײַן האַנט יריחו און איר מלך, די שטאַרקע גיבוֹרים. זאָלט איר, אַלע מלחמה-לײַט, אַרומגײן די שטאָט רונד אַרום אײן מאָל. אַזױ זאָלסטו טאָן זעקס טעג. און זיבן כֹּהנים זאָלן טראָגן זיבן שוֹפֿרות פֿון װידערס פֿאַר דעם אָרון; און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָלט איר אַרומגײן די שטאָט זיבן מאָל; און די כֹּהנים זאָלן בלאָזן אין די שוֹפֿרות. און עס װעט זײַן, װען מע גיט אַן אױסגעצױגענעם בלאָז מיטן האָרן פֿון װידער, װי איר הערט דעם קָול פֿון שוֹפֿר, זאָל דאָס גאַנצע פֿאָלק שאַלן אַ גרױסע שאַלונג, און די מױער פֿון דער שטאָט װעט אײַנפֿאַלן אונטער זיך, און דאָס פֿאָלק װעט אַרױפֿגײן איטלעכער אַקעגן זיך. האָט יהוֹשועַ דער זון פֿון נון גערופֿן די כֹּהנים, און ער האָט צו זײ געזאָגט: טראָגט דעם אָרון פֿון בונד, און זיבן כֹּהנים זאָלן טראָגן זיבן שוֹפֿרות פֿון װידערס פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָט. און ער האָט געזאָגט צום פֿאָלק: ציט, און גײט אַרום די שטאָט, און די באַװאָפֿנטע זאָלן ציען פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָט. איז געשען אַזױ װי יהוֹשועַ האָט אָנגעזאָגט דעם פֿאָלק; און די זיבן כֹּהנים, װאָס האָבן געטראָגן די זיבן שוֹפֿרות פֿון װידערס פֿאַר גאָט, האָבן געצױגן, און געבלאָזן אין די שוֹפֿרות, און דער אָרון פֿון גאָטס בונד איז געגאַנגען נאָך זײ. און די באַװאָפֿנטע זײַנען געגאַנגען פֿאַר די כֹּהנים, װאָס האָבן געבלאָזן אין די שוֹפֿרות, און דער הינטער-חיל איז געגאַנגען נאָך דעם אָרון; געגאַנגען און געבלאָזן אין די שוֹפֿרות. און דעם פֿאָלק האָט יהוֹשועַ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט ניט שאַלן, און ניט לאָזן הערן אײַער קָול, און אַ װאָרט זאָל ניט אַרױסגײן פֿון אײַער מױל, ביז דעם טאָג װאָס איך זאָג צו אײַך: שאַלט! דענצמאָל זאָלט איר שאַלן. און ער האָט געלאָזט דעם אָרון פֿון גאָט אַרומגײן די שטאָט רונד אַרום אײן מאָל; און זײ זײַנען צוריקגעקומען אין לאַגער, און האָבן גענעכטיקט אין לאַגער. און יהוֹשועַ האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי; און די כֹּהנים האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון גאָט. און די זיבן כֹּהנים, װאָס האָבן געטראָגן די זיבן שוֹפֿרות פֿון װידערס פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָט, זײַנען געגאַנגען נאָכאַנאַנד און געבלאָזן אין די שוֹפֿרות, און די באַװאָפֿנטע זײַנען געגאַנגען זײ פֿאַרױס, און דער הינטער-חיל איז געגאַנגען נאָך דעם אָרון פֿון גאָט; געגאַנגען און געבלאָזן אין די שוֹפֿרות. אױך אױפֿן צװײטן טאָג זײַנען זײ אַרומגעגאַנגען די שטאָט אײן מאָל, און זיך אומגעקערט אין לאַגער. אַזױ האָבן זײ געטאָן זעקס טעג. און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן טאָג, האָבן זײ זיך געפֿעדערט װי דער פֿרימאָרגן איז אױפֿגעגאַנגען, און זײ זײַנען אַרומגעגאַנגען די שטאָט אױפֿן דאָזיקן שטײגער זיבן מאָל; בלױז אין יענעם טאָג זײַנען זײ אַרומגעגאַנגען די שטאָט זיבן מאָל. און עס איז געװען בײַם זיבעטן מאָל, האָבן די כֹּהנים געבלאָזן אין די שוֹפֿרות, און יהוֹשועַ האָט געזאָגט צום פֿאָלק: שאַלט! װאָרום גאָט האָט אײַך געגעבן די שטאָט. און די דאָזיקע שטאָט זאָל זײַן חרם צו גאָט, זי און אַלץ װאָס אין איר; נאָר רָחָבֿ די זוֹנה זאָל בלײַבן לעבן, זי און אַלע װאָס בײַ איר אין הױז, װײַל זי האָט באַהאַלטן די שלוחים װאָס מיר האָבן געשיקט. און איר היט אײַך נאָר פֿון דעם חרם, איר זאָלט אַלײן ניט װערן חרם, אַז איר װעט נעמען פֿון דעם חרם, און מאַכן דעם לאַגער פֿון ישׂראל צו חרם, און אים פֿאַראומגליקן. און דאָס גאַנצע זילבער און גאָלד, און קופּערנע און אײַזערנע כּלים, דאָס זאָל זײַן הײליק צו גאָט; אין שאַץ פֿון גאָט זאָל עס אַרײַן. האָט דאָס פֿאָלק געשאַלט, און מע האָט געבלאָזן אין די שוֹפֿרות. און עס איז געװען, װי דאָס פֿאָלק האָט געהערט דעם קָול פֿון שוֹפֿר, אַזױ האָט דאָס פֿאָלק געשאַלט אַ גרױסע שאַלונג, און די מױער איז אײַנגעפֿאַלן אונטער זיך, און דאָס פֿאָלק איז אַרױפֿגעגאַנגען אין שטאָט איטלעכער אַקעגן זיך; און זײ האָבן באַצװוּנגען די שטאָט. און זײ האָבן פֿאַרװיסט אַלץ װאָס אין שטאָט, פֿון אַ מאַן ביז אַ פֿרױ, פֿון יונג ביז אַלט, און ביז אַן אָקס, און אַ שעפּס, און אַן אײזל, מיטן שאַרף פֿון שװערד. און צו די צװײ מענער װאָס האָבן אױסגעקוקט דאָס לאַנד האָט יהוֹשועַ געזאָגט: גײט אַרײַן אין הױז פֿון דער פֿרױ דער זוֹנה, און פֿירט אַרױס פֿון דאָרטן די פֿרױ, און אַלע װאָס געהערן צו איר, אַזױ װי איר האָט איר געשװאָרן. זײַנען די יונגעלײַט די אױסקוקערס אַרײַנגעגאַנגען, און האָבן אַרױסגעפֿירט רחבֿן, און איר פֿאָטער און איר מוטער, און אירע ברידער, און אַלע װאָס האָבן געהערט צו איר, אױך איר גאַנצע משפּחה האָבן זײ אַרױסגעפֿירט, און זײ איבערגעלאָזט דערױסן פֿון לאַגער פֿון ישׂראל. און די שטאָט האָבן זײ פֿאַרברענט אין פֿײַער מיט אַלץ װאָס אין איר; בלױז דאָס זילבער און דאָס גאָלד, און די קופּערנע און אײַזערנע כּלים, האָבן זײ אָפּגעגעבן אין שאַץ פֿון גאָטס הױז. און רחבֿ די זוֹנה, און איר פֿאָטערס הױזגעזינט, און אַלע װאָס האָבן געהערט צו איר, האָט יהוֹשועַ געלאָזט לעבן, און זי איז געבליבן צװישן ישׂראל ביז אױף הײַנטיקן טאָג; װײַל זי האָט באַהאַלטן די שלוחים װאָס יהוֹשועַ האָט געשיקט אױסצוקוקן יריחו. און יהוֹשועַ האָט באַשװאָרן אין יענער צײַט, אַזױ צו זאָגן: פֿאַרשאָלטן פֿאַר גאָט דער מאַן װאָס װעט אױפֿשטײן און װעט אָפּבױען די דאָזיקע שטאָט יריחו! מיט דעם לעבן פֿון זײַן בכָור זאָל ער לײגן איר גרונטפֿעסט, און מיט זײַן ייִנגסטן זאָל ער אַרײַנשטעלן אירע טירן. און גאָט איז געװען מיט יהוֹשוען, און זײַן שֶם איז געװען אין גאַנצן לאַנד. Chapter 7 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געפֿעלשט אַ פֿעלשונג אין דעם חרם, און עָכָן דער זון פֿון כַּרמי דעם זון פֿון זַבֿדי, דעם זון פֿון זֶרַחן, פֿון שבֿט יהודה, האָט גענומען פֿון דעם חרם, און דער צאָרן פֿון גאָט האָט געגרימט אױף די קינדער פֿון ישׂראל. און יהוֹשועַ האָט געשיקט מענטשן פֿון יריחו קײן עַי װאָס לעבן בית-אָוֶן, אין מזרח פֿון בית-אֵל, און ער האָט זײ אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: גײט אַרױף, און קוקט אױס דאָס לאַנד. זײַנען די מענטשן אַרױפֿגעגאַנגען, און האָבן אױסגעקוקט עַי. און זײ האָבן זיך אומגעקערט צו יהוֹשוען, און האָבן צו אים געזאָגט: זאָל ניט אַרױפֿגײן דאָס גאַנצע פֿאָלק; אַרום צװײ טױזנט מאַן, אָדער אַרום דרײַ טױזנט מאַן, זאָלן אַרױפֿגײן און שלאָגן עַי. דאַרפֿסט ניט מיען אַהין דאָס גאַנצע פֿאָלק, װאָרום זײ זײַנען װינציק. זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אַהין פֿון פֿאָלק אַרום דרײַ טױזנט מאַן; אָבער זײ זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר די מענטשן פֿון עַי. און די מענטשן פֿון עַי האָבן פֿון זײ געשלאָגן אַרום זעקס און דרײַסיק מאַן, און זײ האָבן זײ נאָכגעיאָגט פֿון פֿאַרן טױער ביז שבֿרים, און האָבן זײ געשלאָגן בײַם אַראָפּגאַנג; און דאָס האַרץ פֿון פֿאָלק איז צעגאַנגען, און איז געװאָרן אַזױ װי װאַסער. האָט יהוֹשועַ צעריסן זײַנע קלײדער, און איז געפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָט ביזן אָװנט, ער און די עלטסטע פֿון ישׂראל; און זײ האָבן אַרױפֿגעלײגט ערד אױף זײער קאָפּ. און יהוֹשועַ האָט געזאָגט: װײ, גאָט דו האַר, נאָך װאָס האָסטו גאָר אַריבערגעבראַכט דאָס דאָזיקע פֿאָלק איבערן יַרדן, אונדז צו געבן אין דער האַנט פֿון אֶמוֹרי, כּדי אונדז אונטערצוברענגען? הלװאַי װאָלטן מיר באַשטאַנען און געבליבן אױף יענער זײַט יַרדן! איך בעט דיך, גאָט, װאָס קען איך זאָגן, נאָכדעם אַז ישׂראל האָט געמוזט קערן דעם נאַקן פֿאַר זײַנע פֿײַנט? װאָרום דער כּנַעֲני און אַלע באַװוינער פֿון לאַנד װעלן דערהערן, און װעלן אונדז אַרומרינגלען, און פֿאַרשנײַדן אונדזער נאָמען פֿון דער ערד; און װאָס װעסטו טאָן פֿאַר דײַן גרױסן נאָמען? האָט גאָט געזאָגט צו יהוֹשוען: שטײ דיר אױף; נאָך װאָס דען פֿאַלסטו אױף דײַן פּנים? געזינדיקט האָט ישׂראל, און זײ האָבן אױך איבערגעטרעטן מײַן בונד װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן, און זײ האָבן אי גענומען פֿון חרם, אי געגנבֿעט, אי פֿאַרלײקנט, אי אַרײַנגעטאָן אין זײערע זאַכן. דרום קענען די קינדער פֿון ישׂראל ניט באַשטײן פֿאַר זײערע פֿײַנט; דעם נאַקן קערן זײ פֿאַר זײערע פֿײַנט, װײַל זײ זײַנען געװאָרן צו חרם; איך װעל מער ניט זײַן מיט אײַך, אױב איר װעט ניט פֿאַרטיליקן דעם חרם פֿון צװישן אײַך. שטײ אױף, און הײליק דאָס פֿאָלק, און זאָלסט זאָגן: הײליקט אײַך אױף מאָרגן, װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: חרם איז צװישן דיר, ישׂראל; װעסט ניט קענען באַשטײן פֿאַר דײַנע פֿײַנט, ביז איר װעט אָפּטאָן דעם חרם פֿון צװישן אײַך. דרום זאָלט איר גענענען אין דער פֿרי לױט אײַערע שבֿטים, און עס װעט זײַן, דער שבֿט װאָס גאָט װעט אים פֿאַרנעמען, זאָל גענענען לױט די משפּחות, און די משפּחה װאָס גאָט װעט זי פֿאַרנעמען, זאָל גענענען לױט די הײַזער, און דאָס הױז װאָס גאָט װעט עס פֿאַרנעמען, זאָל גענענען לױט די מענער. און עס װעט זײַן, דער װאָס װעט פֿאַרנומען װערן מיטן חרם, זאָל פֿאַרברענט װערן אין פֿײַער, ער און אַלץ װאָס געהערט צו אים; װײַל ער האָט איבערגעטרעטן דעם בונד פֿון גאָט, און װײַל ער האָט געטאָן אַ נבֿלה אין ישׂראל. האָט יהוֹשועַ זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און געמאַכט גענענען ישׂראל לױט זײַנע שבֿטים; איז פֿאַרנומען געװאָרן שבֿט יהודה. האָט ער געמאַכט גענענען די משפּחה פֿון יהודה, און ער האָט פֿאַרנומען די משפּחה פֿון די זַרחים. האָט ער געמאַכט גענענען די משפּחה פֿון די זַרחים לױט די מענער, און זַבֿדי איז פֿאַרנומען געװאָרן. האָט ער געמאַכט גענענען זײַן הױז לױט די מענער, און עָכָן דער זון פֿון כַּרמי דעם זון פֿון זַבֿדי, דעם זון פֿון זֶרַחן, פֿון שבֿט יהודה, איז פֿאַרנומען געװאָרן. האָט יהוֹשועַ געזאָגט צו עָכָנען: מײַן זון, טו, איך בעט דיך, כּבֿוד צו יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל, און זײַ זיך מוֹדה פֿאַר אים, און זאָג מיר, איך בעט דיך, װאָס דו האָסט געטאָן; זאָלסט ניט פֿאַרהױלן פֿון מיר. האָט עָכָן געענטפֿערט יהוֹשוען, און האָט געזאָגט: אמת, איך האָב געזינדיקט צו יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל, און אַזױ און אַזױ האָב איך געטאָן. איך האָב געזען אין דעם רױב אַ גוטן מאַנטל פֿון שִנעָר, און צװײ הונדערט שֶקל זילבער, און אַ צונג גאָלד װאָס איר װאָג איז פֿופֿציק שֶקל; האָב איך זײ געגלוסט, און האָב זײ צוגענומען, און אָן זײַנען זײ באַהאַלטן אין דער ערד אין מיטן פֿון מײַן געצעלט, און דאָס זילבער איז אונטער דעם. האָט יהוֹשועַ געשיקט שלוחים, און זײ זײַנען אַװעקגעלאָפֿן צום געצעלט; ערשט עס איז באַהאַלטן אין זײַן געצעלט, און דאָס זילבער איז אונטער דעם. האָבן זײ זײ אַרױסגענומען פֿון מיטן געצעלט, און געבראַכט צו יהוֹשוען, און צו אַלע קינדער פֿון ישׂראל, און זײ האָבן זײ אַװעקגעלײגט פֿאַר גאָט. און יהוֹשועַ און גאַנץ ישׂראל מיט אים האָבן גענומען עָכָן דעם זון פֿון זֶרַחן, און דאָס זילבער, און דעם מאַנטל, און די צונג גאָלד, און זײַנע זין, און זײַנע טעכטער, און זײַנע אָקסן, און זײַנע אײזלען, און זײַנע שאָף, און זײַן געצעלט, און אַלץ װאָס האָט געהערט צו אים, און זײ האָבן זײ אַרױפֿגעבראַכט צום טאָל עָכוֹר. און יהוֹשועַ האָט געזאָגט: װאָס האָסטו אונדז פֿאַראומגליקט? פֿאַראומגליקן זאָל דיך גאָט הײַנטיקן טאָג. און גאַנץ ישׂראל האָבן אים פֿאַרשטײנט מיט שטײנער; און זײ האָבן זײ פֿאַרברענט אין פֿײַער, און זײ פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער. און זײ האָבן אױפֿגעשטעלט איבער אים אַ גרױסן הױפֿן שטײנער װאָס שטײט ביז אױף הײַנטיקן טאָג; און גאָט האָט זיך אָפּגעקערט פֿון זײַן גרימצאָרן. דרום רופֿט מען יענעם אָרט דער טאָל עָכוֹר ביז אױף הײַנטיקן טאָג. Chapter 8 און גאָט האָט געזאָגט צו יהוֹשוען: זאָלסט ניט מוֹרא האָבן און ניט אַנגסטן; נעם מיט דיר דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק, און שטײ אױף, גײ אַרױף אױף עַי; זע, איך האָב געגעבן אין דײַן האַנט דעם מלך פֿון עַי, און זײַן פֿאָלק, און זײַן שטאָט, און זײַן לאַנד. און זאָלסט טאָן צו עַי און צו איר מלך, אַזױ װי דו האָסט געטאָן צו יריחו און צו איר מלך; נאָר איר זאַקרױב און אירע בהמות זאָלט איר רױבן פֿאַר אײַך. שטעל דיר לױערער אױף דער שטאָט פֿון הינטער איר. איז אױפֿגעשטאַנען יהוֹשועַ, און דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק, אַרױפֿצוגײן אױף עַי; און יהוֹשועַ האָט אױסגעװײלט דרײַסיק טױזנט מאַן העלדישע גיבוֹרים, און האָט זײ אַװעקגעשיקט בײַ נאַכט. און ער האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: זעט, איר זאָלט לױערן אױף דער שטאָט פֿון הינטער דער שטאָט; איר זאָלט זיך ניט דערװײַטערן זײער פֿון דער שטאָט, און זײַט אַלע אָנגעברײט. און איך און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט מיר װעלן גענענען צו דער שטאָט; און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן אַרױסגײן אַקעגן אונדז, אַזױ װי צוערשט, װעלן מיר אַנטלױפֿן פֿאַר זײ. און זײ װעלן אַרױסגײן נאָך אונדז, ביז מיר װעלן זײ אַװעקציען פֿון דער שטאָט, װאָרום זײ װעלן זאָגן: זײ אַנטלױפֿן פֿאַר אונדז אַזױ װי צוערשט; און מיר װעלן אַנטלױפֿן פֿאַר זײ. און איר װעט אױפֿשטײן פֿון דער לױער, און װעט פֿאַרנעמען די שטאָט, און יהוה אײַער גאָט װעט זי געבן אין אײַער האַנט. און עס װעט זײַן, װי איר פֿאַרכאַפּט די שטאָט, זאָלט איר אָנצינדן די שטאָט אין פֿײַער; אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט זאָלט איר טאָן; זעט, איך האָב אײַך באַפֿױלן. און יהוֹשועַ האָט זײ געשיקט, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען צו דעם לױעראָרט, און זײַנען געזעסן צװישן בית-אֵל און צװישן עַי, אין מערבֿ פֿון עַי. און יהוֹשועַ האָט גענעכטיקט יענע נאַכט צװישן דעם פֿאָלק. און יהוֹשועַ האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און האָט איבערגעצײלט דאָס פֿאָלק, און ער און די עלטסטע פֿון פֿאָלק זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק אױף עַי. און דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק װאָס מיט אים איז אַרױפֿגעגאַנגען, און זײ האָבן גענענט, און זײַנען געקומען אַקעגן דער שטאָט, און האָבן געלאַגערט אין צפֿון פֿון עַי; און דער טאָל איז געװען צװישן אים און צװישן עַי. און ער האָט גענומען אַרום פֿינף טױזנט מאַן, און האָט זײ געשטעלט פֿאַר לױערער צװישן בית-אֵל און צװישן עַי, אין מערבֿ פֿון עַי. אַזױ האָבן זײ אױסגעשטעלט דאָס פֿאָלק, די גאַנצע מחנה װאָס אין צפֿון פֿון דער שטאָט, און זײער הינטער-חיל אין מערבֿ פֿון דער שטאָט. און יהוֹשועַ איז געגאַנגען אין יענער נאַכט אין מיטן טאָל. און עס איז געװען, װי דער מלך פֿון עַי האָט דערזען, אַזױ האָבן די מענטשן פֿון דער שטאָט זיך געאײַלט, און זײ האָבן זיך געפֿעדערט, און זײַנען אַרױסגעגאַנגען אַקעגן ישׂראל אױף מלחמה, ער און זײַן גאַנץ פֿאָלק, אין דער אָפּגערעדטער צײַט, פֿאַר דעם פּלױן, און ער האָט ניט געװוּסט אַז לױערער זײַנען אױף אים פֿון הינטער דער שטאָט. און יהוֹשועַ און גאַנץ ישׂראל האָבן זיך געמאַכט װי געשלאָגן פֿאַר זײ, און זײַנען אַנטלאָפֿן אױפֿן װעג פֿון מדבר. און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס אין עַי איז צונױפֿגערופֿן געװאָרן, זײ נאָכצוּיאָגן; און זײ האָבן נאָכגעיאָגט יהוֹשוען, און זײַנען אַװעקגעצױגן געװאָרן פֿון דער שטאָט. און עס איז ניט געבליבן אַ מענטש אין עַי און אין בית-אֵל, װאָס איז ניט אַרױסגעגאַנגען נאָך ישׂראל; און זײ האָבן געלאָזט די שטאָט אָפֿן, און נאָכגעיאָגט ישׂראל. האָט גאָט געזאָגט צו יהוֹשוען: שטרעק אױס דעם שפּיז װאָס אין דײַן האַנט אַקעגן דער שטאָט עַי, װאָרום אין דײַן האַנט װעל איך זי געבן. און יהוֹשועַ האָט אױסגעשטרעקט דעם שפּיז װאָס אין זײַן האַנט אַקעגן דער שטאָט. און די לױערער זײַנען אױפֿגעשטאַנען אױף גיך פֿון זײער אָרט, און זײ זײַנען געלאָפֿן װי ער האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און זײַנען אַרײַן אין דער שטאָט, און האָבן זי באַצװוּנגען; און זײ האָבן געאײַלט און האָבן אָנגעצונדן די שטאָט אין פֿײַער. און די מענטשן פֿון עַי האָבן זיך אומגעקערט הינטער זיך, און דערזען, ערשט דער רױך פֿון דער שטאָט איז אַרױף צום הימל, און זײ האָבן ניט געהאַט אין זיך כּוח צו לױפֿן אַהין אָדער אַהער. און דאָס פֿאָלק װאָס איז אַנטלאָפֿן צום מדבר, האָט זיך אומגעקערט אױף די נאָכיאָגער. און װי יהוֹשועַ און גאַנץ ישׂראל האָבן געזען אַז די לױערער האָבן באַצװוּנגען די שטאָט, און אַז דער רױך פֿון דער שטאָט איז אױפֿגעגאַנגען, אַזױ האָבן זײ זיך אומגעקערט, און האָבן געשלאָגן די מענטשן פֿון עַי. און יענע זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער שטאָט אַקעגן זײ, אַזױ אַז זײ זײַנען געװען אין מיטן פֿון ישׂראל, די אױף דער זײַט, און די אױף יענער זײַט. און זײ האָבן זײ געשלאָגן ביז זײ ניט איבערצולאָזן אַ געבליבענעם אָדער אַנטרונענעם. און דעם מלך פֿון עַי האָבן זײ געכאַפּט אַ לעבעדיקן, און אים געבראַכט צו יהוֹשוען. און עס איז געװען, אַז די ישׂראל האָבן געענדיקט אױסהרגען אַלע באַװוינער פֿון עַי, אױפֿן פֿעלד אין דעם מדבר װאָס זײ האָבן זײ נאָכגעיאָגט אין אים, און זײ זײַנען אַלע געפֿאַלן דורכן שאַרף פֿון שװערד ביז זײ זײַנען פֿאַרלענדט געװאָרן, האָבן גאַנץ ישׂראל זיך אומגעקערט קײן עַי, און האָבן זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד. און אַלע װאָס זײַנען געפֿאַלן אין יענעם טאָג, פֿון אַ מאַן ביז אַ פֿרױ, זײַנען געװען צװעלף טױזנט; אַלע מענטשן פֿון עַי. און יהוֹשועַ האָט ניט צוריקגעצױגן זײַן האַנט װאָס ער האָט אױסגעשטרעקט מיטן שפּיז, ביז ער האָט פֿאַרװיסט אַלע באַװוינער פֿון עַי. נאָר די בהמות און דעם זאַקרױב פֿון יענער שטאָט האָבן די ישׂראל גערױבט פֿאַר זיך, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס ער האָט באַפֿױלן יהוֹשוען. און יהוֹשועַ האָט פֿאַרברענט עַי, און האָט זי געמאַכט פֿאַר אַן אײביקן חורבֿה-הױפֿן, אַ װיסטעניש ביז אױף הײַנטיקן טאָג. און דעם מלך פֿון עַי האָט ער אױפֿגעהאַנגען אױף אַ בױם ביז אָװנטצײַט; און װי די זון איז אונטערגעגאַנגען, האָט יהוֹשועַ באַפֿױלן, און מע האָט אַראָפּגענומען זײַן טױטן לײַב פֿון דעם בױם, און אים אַװעקגעװאָרפֿן פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון דעם שטאָטטױער, און מע האָט אױפֿגעשטעלט איבער אים אַ גרױסן הױפֿן שטײנער װאָס שטײט ביז אױף הײַנטיקן טאָג. דענצמאָל האָט יהוֹשועַ געבױט אַ מזבח צו יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל אױפֿן באַרג עֵיבֿל, אַזױ װי משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט באַפֿױלן די קינדער פֿון ישׂראל, װי עס שטײט געשריבן אין בוך פֿון תּוֹרת-משה; אַ מזבח פֿון גאַנצע שטײנער, װאָס מע האָט אױף זײ ניט אױפֿגעהױבן אַן אײַזן. און זײ האָבן אױפֿגעבראַכט אױף אים בראַנדאָפּפֿער צו גאָט, און געשלאַכט פֿרידאָפּפֿער. און ער האָט דאָרטן אױפֿגעשריבן אױף די שטײנער אַן איבערחזרונג פֿון תּוֹרת-משה, װאָס ער האָט געשריבן אין אָנגעזיכט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. און גאַנץ ישׂראל, און זײערע עלטסטע און אױפֿזעער, און זײערע ריכטער, זײַנען געשטאַנען פֿון דער זײַט און פֿון יענער זײַט פֿון אָרון, פֿאַר די כֹּהנים פֿון שבֿט לֵוִי װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון גאָטס בונד – אַזױ דער פֿרעמדער װי דער אײַנגעבאָרענער, העלפֿט פֿון זײ אַקעגן באַרג גרִזים, און העלפֿט פֿון זײ אַקעגן באַרג עֵיבֿל, אַזױ װי משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט פֿון פֿריער באַפֿױלן, צו בענטשן דאָס פֿאָלק ישׂראל. און דערנאָך האָט ער געלײענט אַלע װערטער פֿון דער תּוֹרה, די ברכה און די קללה, אַזױ װי אַלץ װאָס שטײט געשריבן אין בוך פֿון דער תּוֹרה. ניט געװען אַ װאָרט פֿון אַלץ װאָס משה האָט באַפֿױלן, װאָס יהוֹשועַ האָט ניט געלײענט פֿאַר דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון ישׂראל, און די װײַבער און די קלײנע קינדער, און דעם פֿרעמדן װאָס איז מיטגעגאַנגען צװישן זײ. Chapter 9 און עס איז געװען, אַז אַלע מלכים װאָס אױף דער זײַט יַרדן, אין דעם געבערג, און אין דער נידערונג, און אױף דעם גאַנצן ברעג פֿון יַם-הַגָדול, אַקעגן לבֿנוֹן, דער חִתּי, און דער אֶמוֹרי, דער כּנַעֲני, דער פּרִזי, דער חִוִי, און דער יבֿוסי, האָבן דערהערט, אַזױ האָבן זײ זיך אײַנגעזאַמלט אין אײנעם, מלחמה צו האַלטן מיט יהוֹשוען און מיט ישׂראל, מיט אײן מױל. און די באַװױנער פֿון גִבֿעוֹן האָבן געהערט װאָס יהוֹשועַ האָט געטאָן צו יריחו און צו עַי; און זײ אױך האָבן געטאָן מיט ליסטיקײט, און זײַנען געגאַנגען און האָבן זיך פֿאַרשטעלט; און זײ האָבן גענומען אָפּגעניצטע זעק פֿאַר זײערע אײזלען, און אָפּגעניצטע און צעשפּאָלטענע און צונױפֿגעבונדענע װײַנלאָגלען, און אָפּגעטראָגענע און פֿאַרלאַטעטע שיך אױף זײערע פֿיס, און אָפּגעטראָגענע קלײדער אױף זיך; און דאָס גאַנצע ברױט פֿון זײער צערונג איז געװען פֿאַרטריקנט אױף ברעקלעך. און זײ זײַנען געגאַנגען צו יהוֹשוען אין לאַגער קײן גִלגָל, און האָבן געזאָגט צו אים און צו די מענער פֿון ישׂראל: פֿון אַ װײַטן לאַנד זײַנען מיר געקומען, און אַצונד שליסט אונדז אַ בונד. האָבן די מענער פֿון ישׂראל געזאָגט צו דעם חִוִי: אפֿשר זיצסטו צװישן אונדז, און װי קען איך דיר שליסן אַ בונד? האָבן זײ געזאָגט צו יהוֹשוען: דײַנע קנעכט זײַנען מיר. האָט יהוֹשועַ צו זײ געזאָגט: װער זײַט איר? און פֿון װאַנען קומט איר? האָבן זײ צו אים געזאָגט: פֿון זײער אַ װײַטן לאַנד זײַנען געקומען דײַנע קנעכט, צוליב דעם נאָמען פֿון יהוה דײַן גאָט; װאָרום מיר האָבן געהערט זײַן הערונג, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן אין מִצרַיִם, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן צו די צװײ מלכים פֿון דעם אֶמוֹרי װאָס אױף יענער זײַט יַרדן, צו סיחון דעם מלך פֿון חֶשבוֹן, און צו עוֹג דעם מלך פֿון בשָן װאָס אין עַשתָּרוֹת. האָבן צו אונדז געזאָגט אונדזערע עלטסטע, און אַלע באַװוינער פֿון אונדזער לאַנד, אַזױ צו זאָגן: נעמט מיט זיך צערונג אױפֿן װעג, און גײט זײ אַנטקעגן, און איר זאָלט זאָגן צו זײ: אײַערע קנעכט זײַנען מיר; און אַצונד שליסט אונדז אַ בונד. דאָס דאָזיקע ברױט אונדזערס – װאַרעמערהײט האָבן מיר זיך פֿאַרשפּײַזט דערמיט פֿון אונדזערע הײַזער, אין דעם טאָג װאָס מיר זײַנען אַרױס צו גײן צו אײַך, און אַצונד אָט איז עס פֿאַרטריקנט, און געװאָרן ברעקלעך. און די דאָזיקע װײַנלאָגלען, װאָס מיר האָבן אָנגעפֿילט, זײַנען געװען נײַ, און אָט זײַנען זײ צעשפּאָלטן געװאָרן, און די דאָזיקע קלײדער און שיך אונדזערע זײַנען אָפּגעטראָגן געװאָרן פֿון זײער פֿיל װעג. און די מענער האָבן גענומען פֿון זײער צערונג, און גאָטס מױל האָבן זײ ניט געפֿרעגט. און יהוֹשועַ האָט געמאַכט שלום מיט זײ, און זײ געשלאָסן אַ בונד, זײ צו לאָזן לעבן. און די פֿירשטן פֿון דער עדה האָבן זײ געשװאָרן. און עס איז געװען צום סָוף פֿון דרײַ טעג נאָכדעם װי זײ האָבן זײ געשלאָסן אַ בונד, האָבן זײ געהערט אַז זײ זײַנען נאָנט צו זײ, און אַז זײ זיצן צװישן זײ. און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געצױגן, און זײַנען געקומען אין זײערע שטעט אױפֿן דריטן טאָג. און זײערע שטעט זײַנען געװען גִבֿעוֹן, און כּפֿירָה, און באֵרוֹת, און קִריַת-יעָרים. אָבער די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זײ ניט געשלאָגן, װײַל די פֿירשטן פֿון דער עדה האָבן זײ געשװאָרן בײַ יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל. און די גאַנצע עדה האָט געמורמלט אױף די פֿירשטן. האָבן אַלע פֿירשטן געזאָגט צו דער גאַנצער עדה: מיר האָבן זײ געשװאָרן בײַ יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל, און מיר טאָרן זײ אַצונד ניט אָנרירן. דאָס מוזן מיר זײ טאָן, און זײ לאָזן לעבן, כּדי אױף אונדז זאָל ניט זײַן אַ צאָרן פֿון װעגן דער שבֿועה װאָס מיר האָבן זײ געשװאָרן. און די פֿירשטן האָבן אָנגעזאָגט װעגן זײ: זאָלן זײ בלײַבן לעבן. און זײ זײַנען געװאָרן האָלצהעקער און װאַסערשעפּער פֿאַר דער גאַנצער עדה, אַזױ װי די פֿירשטן האָבן געהײסן װעגן זײ. און יהוֹשועַ האָט זײ גערופֿן, און האָט צו זײ גערעדט, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָט איר אונדז גענאַרט, אַזױ צו זאָגן: מיר זײַנען זײער װײַט פֿון אײַך, װען איר זיצט צװישן אונדז? און אַצונד זאָלט איר זײַן פֿאַרשאָלטן, און עס זאָל ניט אױסגײן פֿון אײַך אַ קנעכט און האָלצהעקער און װאַסערשעפּער פֿאַר דעם הױז פֿון מײַן גאָט. האָבן זײ געענטפֿערט יהוֹשוען, און האָבן געזאָגט: װײַל דערצײלט איז דערצײלט געװאָרן דײַנע קנעכט, דאָס װאָס יהוה דײַן גאָט האָט באַפֿױלן זײַן קנעכט משהן, אײַך צו געבן דאָס גאַנצע לאַנד, און צו פֿאַרטיליקן אַלע באַװױנער פֿון לאַנד פֿון פֿאַר אײַך, און מיר האָבן זײער מוֹרא געקריגן פֿאַר אונדזערע נפֿשות פֿון אײַך; דרום האָבן מיר געטאָן די דאָזיקע זאַך. און אַצונד אָט זײַנען מיר אין דײַן האַנט; װי עס איז גוט און רעכטפֿאַרטיק אין דײַנע אױגן צו טאָן מיט אונדז, טו. און ער האָט מיט זײ אַזױ געטאָן, און האָט זײ מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און זײ האָבן זײ ניט געהרגעט. און יהוֹשועַ האָט זײ געמאַכט אין יענעם טאָג פֿאַר האָלצהעקער און פֿאַר װאַסערשעפּער, פֿאַר דער עדה, און פֿאַר דעם מזבח פֿון גאָט, ביז אױף הײַנטיקן טאָג, אין דעם אָרט װאָס ער װעט אױסדערװײלן. Chapter 10 און עס איז געװען, װי אַדוֹני-צֶדֶק דער מלך פֿון ירושָלַיִם האָט געהערט אַז יהוֹשועַ האָט באַצװוּנגען עַי, און האָט זי פֿאַרװיסט; אַז אַזױ װי ער האָט געטאָן צו יריחו און צו איר מלך, אַזױ האָט ער געטאָן צו עַי און צו איר מלך; און אַז די באַװוינער פֿון גִבֿעוֹן האָבן געמאַכט שלום מיט ישׂראל, און זײַנען געבליבן צװישן זײ; האָבן זײ זײער מוֹרא געקריגן, װײַל גִבֿעוֹן איז געװען אַ גרױסע שטאָט, אַזױ װי אײנע פֿון די מלוכה-שטעט, און װײַל זי איז געװען גרעסער פֿון עַי, און אַלע אירע מענטשן זײַנען געװען גיבוֹרים. און אַדוֹני-צֶדֶק דער מלך פֿון ירושָלַיִם האָט געשיקט צו הוֹהָם דעם מלך פֿון חֶבֿרוֹן, און צו פִּרְאָם דעם מלך פֿון יַרמות, און צו יָפֿיעַ דעם מלך פֿון לָכיש, און צו דבֿיר דעם מלך פֿון עֶגלוֹן, אַזױ צו זאָגן: קומט אַרױף צו מיר, און העלפֿט מיר, און לאָמיר שלאָגן גִבֿעוֹן, װײַל זי האָט געמאַכט שלום מיט יהוֹשוען און מיט די קינדער פֿון ישׂראל. האָבן זיך אײַנגעזאַמלט און זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען די פֿינף מלכים פֿון אֶמוֹרי, דער מלך פֿון ירושָלַיִם, דער מלך פֿון חֶבֿרוֹן, דער מלך פֿון יַרמות, דער מלך פֿון לָכיש, דער מלך פֿון עֶגלוֹן, זײ מיט אַלע זײערע מחנות, און זײ האָבן געלעגערט אױף גִבֿעוֹן, און מלחמה געהאַלטן אױף איר. האָבן די מענטשן פֿון גִבֿעוֹן געשיקט צו יהוֹשוען אין לאַגער קײן גִלגָל, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט ניט אָפּלאָזן דײַנע הענט פֿון דײַנע קנעכט; קום אַרױף צו אונדז אױף גיך, און העלף אונדז, און שטײ אונדז בײַ; װאָרום אַלע מלכים פֿון אֶמוֹרי, די באַװוינער פֿון דעם געבערג, האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אױף אונדז. איז יהוֹשועַ אַרױפֿגעגאַנגען פֿון גִלגָל, ער און דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק מיט אים, און אַלע העלדישע גיבוֹרים. און גאָט האָט געזאָגט צו יהוֹשוען: זאָלסט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר זײ, װאָרום איך האָב זײ געגעבן אין דײַן האַנט; קײנער פֿון זײ װעט ניט באַשטײן פֿאַר דיר. און יהוֹשועַ איז געקומען אױף זײ פּלוצים; די גאַנצע נאַכט איז ער אַרױפֿגעגאַנגען פֿון גִלגָל. און גאָט האָט זײ צעטומלט פֿאַר ישׂראל; און ער האָט זײ געשלאָגן אַ גרױסן שלאַק אין גִבֿעוֹן, און האָט זײ נאָכגעיאָגט אױף דעם װעג פֿון דעם אַרױפֿגאַנג פֿון בית-חוֹרוֹן, און זײ געשלאָגן ביז עַזֵקָה, און ביז מַקֵדָה. און עס איז געװען, אַז זײ זײַנען געלאָפֿן פֿאַר ישׂראל, װען זײ זײַנען געװען אױף דעם אַראָפּגאַנג פֿון בית-חוֹרוֹן, האָט גאָט אַראָפּגעװאָרפֿן אױף זײ פֿון הימל גרױסע שטײנער, ביז עַזֵקָה, און זײ זײַנען געשטאָרבן. מער זײַנען געװען די װאָס זײַנען געשטאָרבן פֿון די האָגלשטײנער, װי די װאָס די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געהרגעט מיטן שװערד. דענצמאָל האָט יהוֹשועַ גערעדט צו גאָט – אין דעם טאָג װאָס גאָט האָט איבערגעגעבן דעם אֶמוֹרי צו די קינדער פֿון ישׂראל – און ער האָט געזאָגט פֿאַר די אױגן פֿון ישׂראל: זון, שטײ שטיל אין גִבֿעוֹן, און לבֿנה, אין טאָל פֿון אַיָלוֹן! און די זון איז שטיל געשטאַנען, און די לבֿנה האָט זיך אָפּגעשטעלט, ביז דאָס פֿאָלק האָט זיך נוֹקם געװען אָן זײַנע פֿײַנט. דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון יָשָר. און די זון האָט זיך אָפּגעשטעלט אין האַלבן הימל, און האָט זיך ניט געאײַלט אונטערצוגײן אַרום אַ גאַנצן טאָג. און אַזאַ טאָג װי יענער איז ניט געװען, פֿאַר אים אָדער נאָך אים, אַז גאָט זאָל געהאָרכן דעם קָול פֿון אַ מענטשן; װאָרום גאָט האָט מלחמה געהאַלטן פֿאַר ישׂראל. און יהוֹשועַ און גאַנץ ישׂראל מיט אים האָבן זיך אומגעקערט אין לאַגער קײן גִלגָל. און די דאָזיקע פֿינף מלכים זײַנען אַנטלאָפֿן, און האָבן זיך באַהאַלטן אין דער הײל אין מַקֵדָה. איז אָנגעזאָגט געװאָרן יהוֹשוען, אַזױ צו זאָגן: די פֿינף מלכים זײַנען געפֿונען געװאָרן באַהאַלטן אין דער הײל אין מַקֵדָה. האָט יהוֹשועַ געזאָגט: קײַקלט צו גרױסע שטײנער צום מױל פֿון דער הײל, און שטעלט לעבן איר מענטשן, זײ צו היטן. און איר זאָלט אײַך ניט אָפּשטעלן; יאָגט נאָך אײַערע פֿײַנט, און איר זאָלט שלאָגן זײערע הינטערשטע; איר זאָלט זײ ניט לאָזן אַרײַנקומען אין זײערע שטעט; װאָרום יהוה אײַער גאָט האָט זײ געגעבן אין אײַער האַנט. און עס איז געװען, אַז יהוֹשועַ און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זײ געענדיקט שלאָגן זײער אַ גרױסן שלאַק, ביז זײ זײַנען פֿאַרלענדט געװאָרן, און די געבליבענע װאָס זײַנען געבליבן פֿון זײ, זײַנען אַרײַן אין די פֿעסטונגשטעט, אַזױ האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק זיך אומגעקערט אין לאַגער צו יהוֹשוען קײן מַקֵדָה בשלום; קײנער האָט זײַן צונג ניט געשאַרפֿט אַקעגן עמיצן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. האָט יהוֹשועַ געזאָגט: עפֿנט אױף דאָס מױל פֿון דער הײל, און ברענגט אַרױס צו מיר די דאָזיקע פֿינף מלכים פֿון דער הײל. האָבן זײ אַזױ געטאָן; און זײ האָבן אַרױסגעבראַכט צו אים די דאָזיקע פֿינף מלכים פֿון דער הײל, דעם מלך פֿון ירושָלַיִם, דעם מלך פֿון חֶבֿרוֹן, דעם מלך פֿון יַרמות, דעם מלך פֿון לָכיש, דעם מלך פֿון עֶגלוֹן. און עס איז געװען, װי זײ האָבן אַרױסגעבראַכט די דאָזיקע מלכים צו יהוֹשוען, אַזױ האָט יהוֹשועַ גערופֿן אַלע מענער פֿון ישׂראל, און ער האָט געזאָגט צו די פֿירער פֿון די מלחמה-לײַט װאָס זײַנען מיט אים געגאַנגען: גענענט, טוט אַרױף אײַערע פֿיס אױף די העלדזער פֿון די דאָזיקע מלכים. האָבן זײ גענענט, און האָבן אַרױפֿגעטאָן זײערע פֿיס אױף זײערע העלדזער. און יהוֹשועַ האָט צו זײ געזאָגט: איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן און ניט אַנגסטן, זײַט שטאַרק און פֿעסט, װאָרום אַזױ װעט גאָט טאָן צו אַלע אײַערע פֿײַנט װאָס איר האַלט מלחמה מיט זײ. און יהוֹשועַ האָט זײ דערנאָך געשלאָגן, און האָט זײ געטײט, און זײ אױפֿגעהאַנגען אױֿף פֿינף בײמער; און זײ זײַנען געהאַנגען אױף די בײמער ביזן אָװנט. און עס איז געװען אין צײַט פֿון זונאונטערגאַנג, האָט יהוֹשועַ באַפֿױלן, און מע האָט זײ אַראָפּגענועמן פֿון די בײמער, און זײ אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער הײל, װאָס זײ האָבן זיך דאָרטן באַהאַלטן. און מע האָט אַרױפֿגעטאָן גרױסע שטײנער אױפֿן מױל פֿון דער הײל, װוּ זײ ליגן אַזש ביז אױף הײַנטיקן טאָג. און יהוֹשועַ האָט באַצװוּנגען מַקֵדָה אין יענעם טאָג, און האָט געשלאָגן זי און איר מלך מיטן שאַרף פֿון שװערד; ער האָט פֿאַרװיסט זײ און אַלע נפֿשות װאָס אין איר; ער האָט ניט געלאָזט אַן איבערבלײַב. און ער האָט געטאָן צום מלך פֿון מַקֵדָה, אַזױ װי ער האָט געטאָן צום מלך פֿון יריחו. און יהוֹשועַ און גאַנץ ישׂראל מיט אים זײַנען אַריבערגעגאַנגען פֿון מַקֵדָה קײן לִבֿנָה, און ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט לִבֿנָה. און גאָט האָט אױך זי און איר מלך געגעבן אין דער האַנט פֿון ישׂראל; און ער האָט זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, מיט אַלע נפֿשות װאָס אין איר; ער האָט ניט געלאָזט אין איר אַן איבערבלײַב. און ער האָט געטאָן צו איר מלך אַזױ װי ער האָט געטאָן צום מלך פֿון יריחו. און יהוֹשועַ און גאַנץ ישׂראל מיט אים זײַנען אַריבערגעגאַנגען פֿון לִבֿנָה קײן לָכיש, און ער האָט געלעגערט אױף איר און מלחמה געהאַלטן אַקעגן איר. און גאָט האָט געגעבן לָכיש אין דער האַנט פֿון ישׂראל; און ער האָט זי באַצװוּנגען אױפֿן צװײטן טאָג, און האָט זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, מיט אַלע נפֿשות װאָס אין איר; אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט געטאָן צו לִבֿנָה. דענצמאָל איז אַרױפֿגעקומען הוֹרָם דער מלך פֿון גֶזֶר צו העלפֿן לָכיש, און יהוֹשועַ האָט געשלאָגן אים און זײַן פֿאָלק ביז ער האָט אים ניט געלאָזט אַן איבערבלײַב. און יהוֹשועַ און גאַנץ ישׂראל מיט אים זײַנען אַריבערגעגאַנגען פֿון לָכיש קײן עֶגלוֹן, און זײ האָבן געלעגערט אױף איר, און מלחמה געהאַלטן אױף איר. און זײ האָבן זי באַצװוּנגען אין יענעם טאָג, און האָבן זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד; און אַלע נפֿשות װאָס אין איר האָט ער פֿאַרװיסט אין יענעם טאָג; אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט געטאָן צו לָכיש. און יהוֹשועַ און גאַנץ ישׂראל מיט אים זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון עֶגלוֹן קײן חֶבֿרוֹן, און זײ האָבן מלחמה געהאַטלן אױף איר. און זײ האָבן זי באַצװוּנגען, און האָבן זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, מיט איר מלך, און אַלע אירע שטעט, און אַלע נפֿשות װאָס אין איר; ער האָט ניט געלאָזט אַן איבערבלײַב; אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט געטאָן צו עֶגלוֹן. און ער האָט פֿאַרװיסט זי און אַלע נפֿשות װאָס אין איר. און יהוֹשועַ און גאַנץ ישׂראל מיט אים האָבן זיך אומגעקערט קײן דבֿיר, און ער האָט מלחמה געהאַלטן אױף איר. און ער האָט באַצװוּנגען זי און איר מלך, און אַלע אירע שטעט; און זײ האָבן זײ געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, און פֿאַרװיסט אַלע נפֿשות װאָס אין איר; ער האָט ניט געלאָזט אַן איבערבלײַב. אַזױ װי ער האָט געטאָן צו חבֿרון, אַזױ האָט ער געטאָן צו דבֿיר און צו איר מלך; אַזױ װי ער האָט אױך געטאָן צו לִבֿנָה און צו איר מלך. און יהוֹשועַ האָט געשלאָגן דאָס גאַנצע לאַנד, דאָס געבערג, און דעם דָרום, און די נידערונג, און די אַראָפּגאַנגען, און אַלע זײערע מלכים; ער האָט ניט געלאָזט אַן איבערבלײַב, נײַערט װוּ נאָר אַן אָטעם האָט ער פֿאַרװיסט, אַזױ װי יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל האָט באַפֿױלן. און יהוֹשועַ האָט זײ געשלאָגן פֿון קָדֵש-ברנֵעַ און ביז עַזָה, און דאָס גאַנצע לאַנד גוֹשֶן, און ביז גִבֿעוֹן. און אַלע די דאָזיקע מלכים און זײער לאַנד האָט יהוֹשועַ באַצװוּנגען אױף אײן מאָל; װאָרום יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל האָט מלחמה געהאַלטן פֿאַר ישׂראל. און יהוֹשועַ און גאַנץ ישׂראל מיט אים האָבן זיך אומגעקערט אין לאַגער קײן גִלגָל. Chapter 11 און עס איז געװען, װי יָבֿין דער מלך פֿון חָצוֹר האָט דערהערט, אַזױ האָט ער געשיקט צו יוֹבֿבֿ דעם מלך פֿון מָדוֹן, און צו דעם מלך פֿון שִמרוֹן, און צו דעם מלך פֿון אַכשָף; און צו די מלכים װאָס אין צפֿון, אין דעם געבערג, און אױפֿן פּלױן, אין דָרום פֿון כִּנרוֹת, און אין דער נידערונג, און אין די געגנטן פֿון דוֹר, אין מערבֿ; צו דעם כּנַעֲני אין מזרח און אין מערבֿ, און צו דעם אֶמוֹרי, און דעם חִתּי, און דעם פּרִזי, און דעם יבֿוסי אין דעם געבערג, און דעם חִוִי אונטער חרמון אין לאַנד מִצפּה. און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען, זײ און אַלע זײערע מחנות מיט זײ, פֿיל פֿאָלק, אַזױ װי דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג פֿון ים אין פֿילקײט, און פֿערד און רײַטװעגן זײער פֿיל. און אַלע די דאָזיקע מלכים האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און זײַנען געקומען, און האָבן אין אײנעם געלאַגערט בײַ די װאַסערן פֿון מֵרוֹם, מלחמה צו האַלטן מיט ישׂראל. האָט גאָט געזאָגט צו יהוֹשוען: זאָלסט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר זײ, װאָרום מאָרגן אַרום דער צײַט, גיב איך זײ אַלע איבער דערשלאָגענע פֿאַר ישׂראל. זײערע פֿערד זאָלסטו אױסרײַסן, און זײערע רײַטװעגן זאָלסטו פֿאַרברענען אין פֿײַער. און יהוֹשועַ און דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק מיט אים זײַנען געקומען אױף זײ פּלוצים בײַ די װאַסערן פֿון מֵרוֹם, און זײ זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף זײ. און גאָט האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון ישׂראל, און זײ האָבן זײ געשלאָגן, און זײ נאָכגעיאָגט ביז גרױס-צידוֹן, און ביז מִשׂרפֿוֹת-מַיִם, און ביז דעם טאָל פֿון מִצפּה צו מזרח; און זײ האָבן זײ געשלאָגן ביז זײ ניט צו לאָזן אַן איבערבלײַב. און יהוֹשועַ האָט צו זײ געטאָן אַזױ װי גאָט האָט אים אָנגעזאָגט; זײערע פֿערד האָט ער אױסגעריסן, און זײערע רײַטװעגן, האָט ער פֿאַרברענט אין פֿײַער. און יהוֹשועַ האָט זיך אומגעקערט אין יענער צײַט, און האָט באַצװוּנגען חָצוֹר, און איר מלך האָט ער געשלאָגן מיטן שװערד; װאָרום חָצוֹר איז פֿריער געװען דאָס הױפּט פֿון אַלע די דאָזיקע קיניגרײַכן. און זײ האָבן דערשלאָגן אַלע נפֿשות װאָס אין איר מיטן שאַרף פֿון שװערד – פֿאַרװיסט; עס איז ניט געבליבן קײן לעבעדיקער אָטעם; און חָצוֹר האָט ער פֿאַרברענט אין פֿײַער. און אַלע שטעט פֿון די דאָזיקע מלכים, און אַלע זײערע מלכים, האָט יהוֹשועַ באַצװוּנגען, און זײ געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד – זײ פֿאַרװיסט, אַזױ װי משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט באַפֿױלן. אָבער אַלע שטעט װאָס זײַנען געשטאַנען אױף זײערע בערגלעך, זײ האָט ישׂראל ניט פֿאַרברענט; בלויז חָצוֹר אַלײן האָט יהוֹשועַ פֿאַרברענט. און דעם גאַנצן זאַקרױב פֿון די דאָזיקע שטעט, און די בהמות, האָבן די קינדער פֿון ישׂראל גערױבט פֿאַר זיך; נאָר אַלע מענטשן האָבן זײ געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד ביז זײ האָבן זײ פֿאַרטיליקט; זײ האָבן ניט איבערגעלאָזט קײן לעבעדיקן אָטעם. אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן זײַן קנעכט משהן, אַזױ האָט משה באַפֿױלן יהוֹשוען, און אַזױ האָט יהוֹשועַ געטאָן. ער האָט ניט אױסגעלאָזט אַ זאַך פֿון אַלץ װאָס גאָט האָט באַפֿױלן משהן. און יהוֹשועַ האָט אײַנגענומען דאָס דאָזיקע גאַנצע לאַנד, דאָס געבערג, און דעם גאַנצן דָרום, און דאָס גאַנצע לאַנד גוֹשֶן, און די נידערונג, און דעם פּלױן, און דאָס געבערג פֿון ישׂראל, און זײַן נידערונג, פֿון דעם גלאַטן באַרג װאָס גײט אַרױף צו שֵׂעִיר, און ביז בעַל-גָד אין טאָל פֿון לבֿנוֹן, אונטער באַרג חרמון; און אַלע זײערע מלכים האָט ער באַצװוּנגען, און זײ געשלאָגן און זײ געטײט. פֿיל טעג האָט יהוֹשועַ געפֿירט מלחמה מיט אַלע די דאָזיקע מלכים. ניט געװען אַ שטאָט װאָס האָט געמאַכט שלום מיט די קינדער פֿון ישׂראל, אַחוץ דער חִוִי, די באַװוינער פֿון גִבֿעוֹן; אַלץ האָבן זײ אײַנגענועמן מיט מלחמה. װאָרום עס איז געװען פֿון גאָט, צו שטאַרקן זײער האַרץ אױף מלחמה מיט ישׂראל, אַז מע זאָל זײ פֿאַרװיסטן, כּדי זײ זאָל ניט זײַן קײן לײַטזעליקײט, נײַערט אַז מע זאָל זײ פֿאַרטיליקן, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן. און יהוֹשועַ איז געקומען אין יענער צײַט, און האָט פֿאַרשניטן די עַנָקים פֿון דעם געבערג, פֿון חבֿרון, פֿון דבֿיר, פֿון עַנָבֿ, און פֿון גאַנצן געבערג פֿון יהודה, און פֿון גאַנצן געבערג פֿון ישׂראל; מיט זײערע שטעט האָט זײ יהוֹשועַ פֿאַרװיסט. עס זײַנען ניט איבערגעבליבן קײן עַנָקים אין לאַנד פֿון די קינדער פֿון ישׂראל; נאָר אין עַזָה, אין גַת, און אין אַשדוֹד, זײַנען זײ געבליבן. און יהוֹשועַ האָט אײַנגענומען דאָס גאַנצע לאַנד, אַזױ װי אַלץ װאָס גאָט האָט גערעדט צו משהן; און יהוֹשועַ האָט עס געגעבן פֿאַר אַ נחלה צו ישׂראל לױט זײערע אײַנטײלונגען נאָך זײערע שבֿטים. און דאָס לאַנד איז געװען רויִק פֿון מלחמה. Chapter 12 און דאָס זײַנען די מלכים פֿון לאַנד װאָס די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשלאָגן, און געאַרבט זײער לאַנד אױף יענער זײַט יַרדן, צו זונאױפֿגאַנג, פֿון טאָל אַרנוֹן ביז באַרג חרמון, און דעם גאַנצן פּלױן צו מזרח: סיחון דער מלך פֿון אֶמוֹרי װאָס איז געזעסן אין חֶשבוֹן, װאָס האָט געװעלטיקט פֿון עַרוֹעֵר װאָס בײַם ברעג טאָל אַרנוֹן און אין מיטן טאָל, און איבער האַלב גִלעָד, און ביז דעם טײַך יַבוֹק, דעם געמאַרק פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און איבער דעם פּלױן ביזן ים כִּנרוֹת, צו מזרח, און ביז דעם ים פֿון פּלױן, דעם יַם-הַמֶלַח, צו מזרח, אױפֿן װעג צו בית-ישימוֹת; און אין דָרום, אונטער די אַראָפּגאַנגען פֿון פּסגָה. און דער געמאַרק פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בשָן, פֿון דעם רעשט פֿון די רפֿאים, װאָס איז געזעסן אין עַשתָּרוֹת, און אין אֶדרֶעִי, און האָט געװעלטיקט איבער באַרג חרמון, און איבער סַלכָה, און איבער גאַנץ בשָן, ביז דעם געמאַרק פֿון דעם גשורי, און דעם מַעֲכָתי, און איבער האַלב גִלעָד, – דעם געמאַרק פֿון סיחון דעם מלך פֿון חֶשבוֹן. משה דער קנעכט פֿון גאָט, און די קינדער פֿון ישׂראל, האָבן זײ געשלאָגן, און משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט עס געגעבן פֿאַר אַן אַרב צו די ראובֿנים, און צו די גָדים, און צום האַלבן שבֿט מנשה. און דאָס זײַנען די מלכים פֿון לאַנד װאָס יהוֹשועַ און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשלאָגן אױף דער זײַט יַרדן צו מערבֿ, פֿון בעַל-גָד אין טאָל פֿון לבֿנוֹן, און ביז דעם גלאַטן באַרג װאָס גײט אַרױף צו שֵׂעִיר; און יהוֹשועַ האָט עס געגעבן די שבֿטים פֿון ישׂראל פֿאַר אַן אַרב לױט זײערע אײַנטײלונגען; אין דעם געבערג, און אין דער נידערונג, און אין דעם פּלױן, און אױף די אַראָפּגאַנגען, און אין מדבר, און אין דעם דָרום; דער חִתּי, דער אֶמוֹרי, און דער כּנַעֲני, דער פּרִזי, דער חִוִי, און דער יבֿוסי. דער מלך פֿון יריחו, אײנער; דער מלך פֿון עַי װאָס לעבן בית-אֵל, אײנער; דער מלך פֿון ירושָלַיִם, אײנער; דער מלך פֿון חֶבֿרוֹן, אײנער; דער מלך פֿון יַרמות, אײנער; דער מלך פֿון לָכיש, אײנער; דער מלך פֿון עֶגלוֹן, אײנער; דער מלך פֿון גֶזֶר, אײנער; דער מלך פֿון דבֿיר, אײנער; דער מלך פֿון גֶדֶר, אײנער; דער מלך פֿון חָרמָה, אײנער; דער מלך פֿון עַרָד, אײנער; דער מלך פֿון לִבֿנָה, אײנער; דער מלך פֿון עַדולָם, אײנער; דער מלך פֿון מַקֵדָה, אײנער; דער מלך פֿון בית-אֵל, אײנער; דער מלך פֿון תַּפּוחַ, אײנער; דער מלך פֿון חֵפֿר, אײנער; דער מלך פֿון אַפֿק, אײנער; דער מלך איבערן שָרוֹן, אײנער; דער מלך פֿון מָדוֹן, אײנער; דער מלך פֿון חָצוֹר, אײנער; דער מלך פֿון שִמרוֹן-מרוֹן, אײנער; דער מלך פֿון אַכשָף, אײנער; דער מלך פֿון תַּעֲנָך, אײנער; דער מלך פֿון מגִדוֹ, אײנער; דער מלך פֿון קֶדֶש, אײנער; דער מלך פֿון יָקנְעָם אין כַּרמֶל, אײנער; דער מלך פֿון דוֹר, אין דער געגנט פֿון דוֹר, אײנער; דער מלך פֿון גוֹיִם אין גִלגָל, אײנער; דער מלך פֿון תִּרצָה, אײנער; אַלע מלכים, אײן און דרײַסיק. Chapter 13 און יהוֹשועַ איז געװאָרן אַלט און באַטאָגט; און גאָט האָט צו אים געזאָגט: דו ביסט אַלט און באַטאָגט, און פֿון לאַנד איז נאָך געבליבן זײער פֿיל אײַנצונעמען. דאָס איז דאָס לאַנד װאָס איז נאָך געבליבן: אַלע געגנטן פֿון די פּלִשתּים, און דער גאַנצער גשורי, פֿון דעם שיחוֹר װאָס פֿאַר מִצרַיִם, און ביז דעם געמאַרק פֿון עֶקרוֹן צו צפֿון, װאָס װערט גערעכנט צום כּנַעֲני; די פֿינף פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים, דער עַזָהער, און דער אַשדוֹדער, דער אַשקלוֹנער, דער גַתער, און דער עֶקרוֹנער; און די עַוִים אין דָרום; דאָס גאַנצע לאַנד פֿון כּנַעֲני, און מעָרָה װאָס געהערט צו די צידוֹנים, ביז אַפֿק, בזי דעם געמאַרק פֿון אֶמוֹרי; און דאָס לאַנד פֿון גִבֿלי, און דער גאַנצער לבֿנוֹן צו זונאױפֿגאַנג, פֿון בעַל-גָד אונטער באַרג חרמון, ביז מע קומט קײן חַמָת; אַלע באַװוינער פֿון דעם געבערג, פֿון לבֿנוֹן ביז מִשׂרפֿוֹת-מַיִם, אַלע צידוֹנים. איך װעל זײ פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל; נאָר װאַרף דו עס אױס צו ישׂראל פֿאַר אַ נחלה, אַזױ װי איך האָב דיר באַפֿױלן. און אַצונד צעטײל דאָס דאָזיקע לאַנד פֿאַר אַ נחלה צו די נײַן שבֿטים, און דעם האַלבן שבֿט מנשה. מיט אים האָבן די ראובֿנים און די גָדים געקריגן זײער נחלה, װאָס משה האָט זײ געגעבן, אױף יענער זײַט יַרדן צו מזרח אַזױ װי משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט זײ געגעבן: פֿון עַרוֹעֵר װאָס בײַם ברעג טאָל אַרנוֹן, און די שטאָט װאָס אין מיטן טאָל, און דאָס גאַנצע פֿלאַכלאַנד, מֵידבֿאָ ביז דיבֿוֹן; און אַלע שטעט פֿון סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, װאָס האָט געקיניגט אין חֶשבוֹן, ביז דעם געמאַרק פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן; און גִלעָד, און דעם געמאַרק פֿון דעם גשורי, און דעם מַעֲכָתי, און גאַנץ באַרג חרמון, און גאַנץ בשָן ביז סַלכָה; דאָס גאַנצע קיניגרײַך פֿון עוֹגן אין בשָן, װאָס האָט געקיניגט אין עַשתָּרוֹת און אין אֶדרֶעִי – ער איז איבערגעבליבן פֿון דעם רעשט פֿון די רפֿאים – װאָרום משה האָט זײ געשלאָגן, און האָט זײ פֿאַרטריבן. אָבער די קינדער פֿון ישׂראל האָבן ניט פֿאַרטריבן דעם גשורי און דעם מַעֲכָתי; און גשור און מַעֲכָת זײַנען געבליבן זיצן צװישן ישׂראל ביז אױף הײַנטיקן טאָג. נאָר דעם שבֿט לֵוִי האָט ער ניט געגעבן קײן נחלה; די פֿײַעראָפּפֿער פֿון יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל, דאָס איז זײַן נחלה, אַזױ װי ער האָט צו אים גערעדט. און משה האָט געגעבן דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון ראובֿן לױט זײערע משפּחות. און זײער געמאַרק איז געװען פֿון עַרוֹעֵר װאָס בײַם ברעג טאָל אַרנוֹן, און די שטאָט װאָס אין מיטן טאָל, און דאָס גאַנצע פֿלאַכלאַנד ביז מֵידבֿאָ; חֶשבוֹן און אַלע אירע שטעט װאָס אױפֿן פֿלאַכלאַנד, דיבֿוֹן, און במוֹת-בעַל, און בית-בעַל-מְעוֹן; און יַהצָה, און קדֵמוֹת, און מֵיפֿעַת; און קִריָתַיִם, און שִׂבֿמָה, און צֶרֶת-שַחַר אױפֿן טאָלבאַרג; און בית-פּעוֹר, און די אַראָפּגאַנגען פֿון פּסגָה, און בית-ישימוֹת; און אַלע שטעט פֿון דעם פֿלאַכלאַנד, און דאָס גאַנצע קיניגרײַך פֿון סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, װאָס האָט געקיניגט אין חֶשבוֹן, װאָס משה האָט אים געשלאָגן מיט די הױפּטלײַט פֿון מִדיָן, אַוִי, און רֶקֶם, און צור, און חור, און רֶבֿע, די פֿירשטן פֿון סיחונען, באַװוינער פֿון לאַנד. אױך בלעָם דעם זון פֿון בעוֹרן, דעם װאָרזאָגער, האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געהרגעט מיטן שװערד צװישן זײערע דערשלאָגענע. און דער געמאַרק פֿון די קינדער פֿון ראובֿן איז געװען דער יַרדן מיטן ברעג. דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון ראובֿן לױט זײערע משפּחות, די שטעט מיט זײערע דערפֿער. און משה האָט געגעבן דעם שבֿט גָד, די קינדער פֿון גָד, לױט זײערע משפּחות. און זײער געמאַרק איז געװען יַעְזֵר, און אַלע שטעט פֿון גִלעָד, און אַ העלפֿט לאַנד פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, ביז עַרוֹעֵר װאָס פֿאַר רַבה; און פֿון חֶשבוֹן ביז רָמַת-מִצפּה, און בטוֹנים, און פֿון מַחנַיִם ביז דעם געמאַרק פֿון לִדבֿר; און אין טאָל, בית-הָרָם, און בית-נִמרָה, און סוכּוֹת, און צָפֿוֹן, דער רעשט פֿון דעם קיניגרײַך פֿון סיחון דעם מלך פֿון חֶשבוֹן, דער יַרדן מיטן ברעג, ביז עק ים כִּנֶרֶת, אױף יענער זײַט יַרדן צו מזרח. דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון גָד לױט זײערע משפּחות, די שטעט מיט זײערע דערפֿער. און משה האָט געגעבן צום האַלבן שבֿט מנשה; און עס איז געװען פֿאַר דעם האַלבן שבֿט פֿון די קינדער פֿון מנשה לױט זײערע משפּחות. און זײער געמאַרק איז געװען פֿון מַחנַיִם, גאַנץ בשָן, דאָס גאַנצע קיניגרײַך פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בשָן, און אַלע ”דערפֿער פֿון יָאיר“ װאָס אין בשָן, זעכציק שטעט; און האַלב גִלעָד, און עַשתָּרוֹת, און אֶדרֶעִי, די שטעט פֿון דעם קיניגרײַך פֿון עוֹגן אין בשָן, זײַנען געװען פֿאַר די קינדער פֿון מָכיר דעם זון פֿון מנשהן – פֿאַר אַ העלפֿט פֿון די קינדער פֿון מָכיר, לױט זײערע משפּחות. דאָס איז װאָס משה האָט געמאַכט אַרבן אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ, פֿון יענער זײַט יַרדן, בײַ יריחו, צו מזרח. אָבער דעם שבֿט לֵוִי האָט משה ניט געגעבן קײן נחלה; יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל, ער איז זײַן נחלה, אַזױ װי ער האָט צו זײ גערעדט. Chapter 14 און דאָס איז װאָס די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געאַרבט אין לאַנד כּנַעַן, װאָס אֶלעָזָר דער כֹּהן, און יהוֹשועַ דער זון פֿון נון, און די הופּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, האָבן זײ געמאַכט אַרבן, לױט דעם גוֹרל פֿון זײער נחלה, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן דורך משהן, פֿאַר די נײַן שבֿטים און דעם האַלבן שבֿט. – װאָרום די נחלה פֿון די צװײ שבֿטים און דעם האַלבן שבֿט האָט משה געגעבן פֿון יענער זײַט יַרדן; נאָר די לוִיִים האָט ער ניט געגעבן קײן נחלה צװישן זײ. װײַל די קינדער פֿון יוֹסף זײַנען געװען צװײ שבֿטים, מנשה און אפֿרים; און די לוִיִים האָט מען ניט געגעבן קײן חלק אין לאַנד, נאָר שטעט צום װוינען מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער פֿאַר זײערע פֿי און פֿאַר זײער האָב. – אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן, אַזױ האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געטאָן; און זײ האָבן צעטײלט דאָס לאַנד. און די קינדער פֿון יהודה האָבן גענענט צו יהוֹשוען אין גִלגָל, און כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן, דער קנִזי, האָט צו אים געזאָגט: דו װײסט דאָס װאָרט װאָס גאָט האָט גערעדט צו משה דעם געטלעכן מאַן װעגן מיר און װעגן דיר אין קָדֵש-ברנֵעַ. פֿערציק יאָר אַלט בין איך געװען, װען משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט מיך געשיקט פֿון קָדֵש-ברנֵעַ אױסצוקוקן דאָס לאַנד, און איך האָב אים געבראַכט אַן ענטפֿער אַזױ װי אין מײַן האַרצן. און מײַנע ברידער, װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט מיר, האָבן געמאַכט צעגײן דאָס האַרץ פֿון פֿאָלק, אָבער איך בין געגאַנגען געטרײַ נאָך יהוה מײַן גאָט. און משה האָט געשװאָרן אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן: אױב דאָס לאַנד װאָס דײַן פֿוס האָט דערױף געטרעטן, װעט ניט זײַן פֿאַר אַ נחלה צו דיר און צו דײַנע קינדער אױף אײביק! װײַל דו ביסט געגאַנגען געטרײַ נאָך יהוה מײַן גאָט. און אַצונד זע, גאָט האָט מיך געלאָזט לעבן, אַזױ װי ער האָט גערעדט; שױן פֿינף און פֿערציק יאָר פֿון זינט גאָט האָט גערעדט דאָס דאָזיקע װאָרט צו משהן, װען ישׂראל איז געגאַנגען אין מדבר; און אַצונד אָט בין איך הײַנט אַ מאַן פֿון פֿינף און אַכציק יאָר. איך בין נאָך הײַנט אַזױ שטאַרק, װי אין דעם טאָג װאָס משה האָט מיך געשיקט; אַזױ װי מײַן כּוח דענצמאָל, אַזױ איז מײַן כּוח אַצונד פֿאַר מלחמה, און פֿאַר אַרױסגײן און אַרײַנגײן. דרום גיב מיר אַצונד דעם דאָזיקן באַרג װאָס גאָט האָט צוגעזאָגט אין יענעם טאָג; װאָרום דו האָסט געהערט אין יענעם טאָג, אַז דאָרטן זײַנען דאָ עַנָקים, און גרױסע באַפֿעסטיקטע שטעט; אפֿשר װעט גאָט זײַן מיט מיר, און איך װעל זײ פֿאַרטרײַבן, אַזױ װי גאָט האָט גערעדט. האָט אים יהוֹשועַ געבענטשט, און ער האָט געגעבן חבֿרוֹן צו כָּלֵבֿ דעם זון פֿון יפֿונֶהן פֿאַר אַ נחלה. דרום איז חבֿרון געװאָרן כָּלֵבֿ דעם זון פֿון יפֿונֶהן, דעם קנִזי, פֿאַר אַ נחלה ביז אױף הײַנטיקן טאָג; װײַל ער איז געגאַנגען געטרײַ נאָך יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל. און דער נאָמען פֿון חבֿרון איז פֿריער געװען די שטאָט פֿון אַרבע; ער איז געװען דער גרעסטער מענטש צװישן די עַנָקים. און דאָס לאַנד איז געװען רויִק פֿון מלחמה. Chapter 15 און דער גוֹרל פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יהודה לױט זײערע משפּחות איז געװען ביז דעם געמאַרק פֿון אֶדוֹם, דעם מדבר צִן צו דָרום, אין עק דָרום. און דער געמאַרק פֿון דָרום איז זײ געװען פֿון עק יַם-הַמֶלַח, פֿון דער ים-צונג װאָס קערט זיך צו דָרום. און ער איז אַרױסגעגאַנגען צו דָרום פֿון דעם אַרױפֿגאַנג פֿון עַקרַבים, און איז אַריבער קײן צִן, און אַרױף צו דָרום פֿון קָדֵש-ברנֵעַ, און איז אַריבער חֶצרוֹן, און אַרױף קײן אַדָר, און זיך אױסגעדרײט צו קַרקַע. און ער איז אַריבער צו עַצמוֹן, און איז אַרױס בײַם טײַך פֿון מִצרַיִם; און דער אױסלאָז פֿון דעם געמאַרק איז געװען בײַם ים; דאָס זאָל אײַך זײַן דער געמאַרק פֿון דָרום. און דער געמאַרק צו מזרח, דער יַם-הַמֶלֵח ביז צום עק יַרדן; און דער געמאַרק צו צפֿון-זײַט, פֿון דער ים-צונג בײַם עק יַרדן. און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען צו בית-חָגלָה, און איז אַריבער צו צפֿון פֿון בית-עַרָבֿה; און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען צו דעם שטײן פֿון בוֹהַן דעם זון פֿון ראובֿן. און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען קײן דבֿיר פֿון דעם טאָל עָכוֹר, און האָט זיך געקערט צפֿון-צו קײן גִלגָל, װאָס אַקעגן דעם אױפֿגאַנג פֿון אַדוֹמים, װאָס דָרום-צו פֿון דעם טײַך; און דער געמאַרק איז אַריבער צו די װאַסערן פֿון עֵין-שֶמֶש, און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַ עֵין-רוֹגֵל. און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען מיט דעם טאָל פֿון בן-הִנוֹם צום רוקן פֿון דעם יבֿוסי פֿון דָרום, דאָס איז ירושָלַיִם; און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען צום שפּיץ באַרג װאָס פֿאַר דעם טאָל פֿון הִנוֹם צו מערבֿ, װאָס אין עק פֿון דעם טאָל רפֿאים צו צפֿון. און דער געמאַרק האָט זיך געצױגן פֿון שפּיץ באַרג צו דעם קװאַל פֿון די װאַסערן פֿון נֶפֿתּוֹחַ, און איז אַרױס צו די שטעט פֿון באַרג עֶפֿרוֹן; און דער געמאַרק האָט זיך געצױגן ביז בעֲלָה, דאָס איז קִריַת-יעָרים. און דער געמאַרק האָט זיך אױסגעדרײט פֿון בעֲלָה צו מערבֿ, צום באַרג שֵׂעִיר, און איז אַריבער צו דעם רוקן פֿון באַרג יעָרים אין צפֿון – דאָס איז כּסָלוֹן – און האָט אַראָפּגענידערט צו בית-שֶמֶש, און איז אַריבער תִּמנָה. און דער געמאַרק איז אַריבערגעגאַנגען צו דעם רוקן פֿון עֶקרוֹן צו צפֿון; און דער געמאַרק האָט זיך געצױגן קײן שִכּרוֹן, און איז אַריבער צום באַרג פֿון בעֲלָה, און אַרױסגעגאַנגען צו יַבֿנְאֵל; און דער אױסלאָז פֿון דעם געמאַרק איז געװען בײַם ים. און דער געמאַרק פֿון מערבֿ איז געװען דער יַם-הַגָדול מיטן ברעג. דאָס איז דער געמאַרק פֿון די קינדער פֿון יהודה, רונד אַרום, לױט זײערע משפּחות. און כָּלֵבֿ דעם זון פֿון יפֿונֶהן האָט ער געגעבן אַ חלק צװישן די קינדער פֿון יהודה לױט דעם מױל פֿון גאָט צו יהוֹשוען, די שטאָט פֿון אַרבע, דעם פֿאָטער פֿון עַנָק – דאָס איז חֶבֿרוֹן. און כָּלֵבֿ האָט פֿאַרטריבן פֿון דאָרטן די דרײַ זין פֿון עַנָק, שֵשַי, און אַחימָן, און תַּלמַי, די קינדער פֿון עַנָק. און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן צו די באַװוינער פֿון דבֿיר; און דער נאָמען פֿון דבֿיר איז פֿריער געװען קִריַת-סֵפֿר. און כָּלֵבֿ האָט געזאָגט: װער עס װעט שלאָגן קִריַת-סֵפֿר, און װעט זי באַצװינגען, װעל איך אים געבן מײַן טאָכטער עַכסָהן פֿאַר אַ װײַב. האָט עָתניאֵל דער זון פֿון קנַז, כָּלֵבֿס ברודער, זי באַצװוּנגען, און ער האָט אים געגעבן זײַן טאָכטער עַכסָהן פֿאַר אַ װײַב. און עס איז געװען, אַז זי איז אָנגעקומען, האָט זי אים אָנגערעדט צו בעטן פֿון איר פֿאָטער אַ פֿעלד. און װי זי האָט זיך אַראָפּגעלאָזט פֿון אײזל, אַזױ האָט כָּלֵבֿ צו איר געזאָגט: װאָס איז דיר? האָט זי געזאָגט: גיב מיר אַ מתּנה; װאָרום אין אַ טרוקענעם לאַנד האָסטו מיך אױסגעגעבן; דרום זאָלסטו מיר געבן קװאַלן װאַסער. האָט ער איר געגעבן די אױבערשטע קװאַלן און די אונטערשטע קװאַלן. דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יהודה לױט זײערע משפּחות. און די שטעט אין עק פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יהודה, צום געמאַרק פֿון אֶדוֹם אין דָרום, זײַנען געװען קַבֿצְאֵל, און עֵדֶר, און יָגור; און קינָה, און דימוֹנָה, און עַדעָדָה; און קֶדֶש, און חָצוֹר, און יִתנָן; זיף, און טֶלֶם, און בעָלוֹת; און חָצוֹר, חַדַתָּה, און קריוֹת-חֶצרוֹן, דאָס איז חָצוֹר; אַמָם, און שמָע, און מוֹלָדָה; און חַצַר-גַדָה, און חֶשמוֹן, און בית-פּלֶט; און חַזַר-שועָל, און באֵר-שֶבֿע, און ביזיוֹתיָה; בעֲלָה, און עִיִים, און עֶצֶם; און אֶלתּוֹלַד, און כּסיל, און חָרמָה; און ציקלַג, און מַדמַנָה, און סַנסַנָה; און לבֿאוֹת, און שִלחים, און עַיִן, און רִמוֹן. אַלע שטעט נײַן און צװאַנציק, מיט זײערע דערפֿער. אין דער נידערונג: אֶשתָּאוֹל, און צָרעָה, און אַשנָה; און זָנוֹחַ, און עֵין-גַנים, תַּפּוחַ, און עֵינָם; יַרמות, און עַדוֹלָם, שׂוֹכה, און עַזֵקָה; און שַעֲרַיִם, און עַדיתַיִם, און גדֵרָה, און גדֵרוֹתַיִם. פֿערצן שטעט מיט זײערע דערפֿער. צנָן, און חַדָשָה, און מִגדַל-גָד; און דִלעָן, און מִצפּה, און יָקתְאֵל; לָכיש, און בצקַת, און עֶגלוֹן; און כַּבֿוֹן, און לַחמָס, און כִּתליש; און גדֵרוֹת, בית-דָגוֹן, און נַעֲמָה, און מַקֵדָה. זעכצן שטעט מיט זײערע דערפֿער. לִבֿנָה, און עֶתֶר, און עָשָן; און יִפֿתָּח, און אַשנָה, און נציבֿ; און קעִילָה, און אַכזיבֿ, און מָרֵאשָה. נײַן שטעט מיט זײערע דערפֿער. עֶקרוֹן מיט אירע טעכטערשטעט און אירע דערפֿער; פֿון עֶקרוֹן ביז צום ים, אַלע װאָס לעבן אַשדוֹד, מיט זײערע דערפֿער. אַשדוֹד, אירע טעכטערשטעט, און אירע דערפֿער; עַזָה, אירע טעכטערשטעט, און אירע דערפֿער; ביז דעם טײַך פֿון מִצרַיִם, און דעם יַם-הַגָדול מיטן ברעג. און אין דעם געבערג: שָמיר, און יַתּיר, און שׂוֹכה; און דַנָה, און קִריַת-סַנָה, דאָס איז דבֿיר; און עַנָבֿ, און אֶשתמֹה, און עָנים; און גוֹשֶן, און חולן, און גילֹה. עלף שטעט מיט זײערע דערפֿער. אַרָבֿ, און דומָה, און אֶשעָן; און יָנים, און בית-תַּפּוחַ, און אַפֿקָה; און חומטָה, און קִריַת-אַרבע – דאָס איז חֶבֿרוֹן – און ציער. נײַן שטעט מיט זײערע דערפֿער. מָעוֹן, כַּרמֶל, און זיף, און יוטָה; און יִזרְעֶאל, און יָקדְעָם, און זָנוֹחַ; קַיִן, גִבֿעָה, און תִּמנָה. צען שטעט מיט זײערע דערפֿער. חַלחול, בית-צור, און גדוֹר; און מַעֲרָת, און בית-עַנוֹת, און אָלתּקוֹן. זעקס שטעט מיט זײערע דערפֿער. קִריַת-בעַל – דאָס איז קִריַת-יעָרים – און הרַבה. צװײ שטעט מיט זײערע דערפֿער. אין מדבר: בית-עַרָבֿה, מִדין, און סכָכָה; און נִבֿשָן, און די זאַלצשטאָט, און עֵין-גֶדי. זעקס שטעט מיט זײערע דערפֿער. אָבער דעם יבֿוסי, די באַװוינער פֿון ירושָלַיִם, זײ, האָבן די קינדער פֿון ישׂראל ניט געקענט פֿאַרטרײַבן, און דער יבֿוסי איז געבליבן זיצן מיט די קינדער פֿון יהודה אין ירושָלַיִם ביז אױף הײַנטיקן טאָג. Chapter 16 און דער גוֹרל פֿון די קינדער פֿון יוֹסף איז אַרױסגעגאַנגען פֿון יַרדן בײַ יריחו, צו די װאַסערן פֿון יריחו, קײן מזרח, אַרױפֿגײענדיק פֿון יריחו צום מדבר איבער דעם געבערג, צו בית-אֵל. און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון בית-אֵל-לוז, און איז אַריבער צום געמאַרק פֿון דעם אַרכּי, עַטָרוֹת. און ער האָט אַראָפּגענידערט צו מערבֿ, צום געמאַרק פֿון דעם יַפֿלֵטי, ביז דעם געמאַרק פֿון דער אונטערשטער בית-חוֹרוֹן, און ביז גֶזֶר; און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַם ים. און די קינדער פֿון יוֹסף, מנשה און אפֿרים, האָבן געקריגן זײער נחלה. און דאָס איז געװען דער געמאַרק פֿון די קינדער פֿון אפֿרים לױט זײערע משפּחות: דער געמאַרק פֿון זײער נחלה צו מזרח איז געװען עַטרוֹת-אַדָר, ביז דער אױבערשטער בית-חוֹרוֹן. און דער געמאַרק איז אַרױסגעגאַנגען צו מערבֿ, מיט מִכמתָת פֿון צפֿון, און דער געמאַרק האָט זיך אױסגעדרײט צו מזרח, צו תַּאֲנַת-שילוֹ, און איז עס פֿאַרבײַגעגאַנגען פֿון מזרח, צו יָנוֹחַ. און ער האָט אַראָפּגענידערט פֿון יָנוֹחַ קײן עַטָרוֹת, און קײן נַעֲרָה, און האָט זיך אָנגעשטױסן אָן יריחו, און זיך אױסגעלאָזט בײַם יַרדן. פֿון תַּפּוחַ איז דער געמאַרק געגאַנגען צו מערבֿ, צום טײַך קָנָה, און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַם ים. דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אפֿרים לױט זײערע משפּחות; דערצו די שטעט װאָס זײַנען אָפּגעשײדט געװאָרן פֿאַר די קינדער פֿון אפֿרים אין מיטן פֿון דער נחלה פֿון די קינדער פֿון מנשה, אַלע שטעט מיט זײערע דערפֿער. און זײ האָבן ניט פֿאַרטריבן דעם כּנַעֲני װאָס איז געזעסן אין גֶזֶר; און דער כּנַעֲני איז געבליבן זיצן צװישן אפֿרים ביז אױף הײַנטיקן טאָג, און איז געװאָרן צום צינזקנעכט. Chapter 17 און דאָס איז געװען דער גוֹרל פֿאַר שבֿט מנשה; װאָרום ער איז געװען יוֹספֿס בכָור. פֿאַר מָכיר דעם בכָור פֿון מנשהן, דעם פֿאָטער פֿון גִלעָד, װײַל ער איז געװען אַ מאַן פֿון מלחמה, פֿאַר אים איז געװען גִלעָד, און בשָן. און דאָס איז געװען פֿאַר די איבעריקע קינדער פֿון מנשה לױט זײערע משפּחות; פֿאַר די קינדער פֿון אַבֿיעֶזֶר, און פֿאַר די קינדער פֿון חֵלֶק, און פֿאַר די קינדער פֿון אַשׂריאֵל, און פֿאַר די קינדער פֿון שֶכֶם, און פֿאַר די קינדער פֿון חֵפֿר, און פֿאַר די קינדער פֿון שמידָע. דאָס זײַנען די קינדער פֿון מנשה דעם זון פֿון יוֹספֿן, די מאַנספּאַרשױנען, לױט זײערע משפּחות. און צלָפֿחָד דער זון פֿון חֵפֿר, דעם זון פֿון גִלעָד, דעם זון פֿון מָכיר, דעם זון פֿון מנשהן, האָט ניט געהאַט קײן זין נאָר בלױז טעכטער; און דאָס זײַנען די נעמען פֿון זײַנע טעכטער: מַחלָה, און נוֹעָה, חָגלָה, מִלכָּה, און תִּרצָה. האָבן זײ גענענט פֿאַר אֶלעָזָר דעם כֹּהן, און פֿאַר יהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, און פֿאַר די פֿירשטן, אַזױ צו זאָגן: גאָט האָט באַפֿױלן משהן, אונדז צו געבן אַ נחלה צװישן אונדזערע ברידער. האָט ער זײ געגעבן לױט דעם מױל פֿון גאָט אַ נחלה צװישן די ברידער פֿון זײער פֿאָטער. און צען טײלן זײַנען געפֿאַלן אױף מנשה, אַחוץ דאָס לאַנד גִלעָד, און בשָן, װאָס פֿון יענער זײַט יַרדן; װײַל די טעכטער פֿון מנשה האָבן געקריגן אַ נחלה צװישן זײַנע זין. און דאָס לאַנד גִלעָד איז געװען פֿאַר די איבעריקע קינדער פֿון מנשה. און דער געמאַרק פֿון מנשה איז געװען פֿון אָשר ביז מִכמתָת װאָס פֿאַר שכֶם; און דער געמאַרק איז געגאַנגען רעכטס צו די באַװוינער פֿון עֵין-תַּפּוחַ – צו מנשה האָט געהערט דאָס לאַנד פֿון תַּפּוחַ; אָבער תַּפּוחַ בײַם געמאַרק פֿון מנשה האָט געהערט צו די קינדער פֿון אפֿרים – און דער געמאַרק האָט אַראָפּגענידערט צום טײַך קָנָה, צו דָרום פֿון טײַך, פֿאַרבײַ יענע שטעט װאָס האָבן געהערט צו אפֿרים אין מיטן פֿון די שטעט פֿון מנשה. און דער געמאַרק פֿון מנשה איז געװען אין צפֿון פֿון טײַך, און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַם ים. צו דָרום איז געװען אפֿרימס, און צו צפֿון מנשהס; און דער ים איז געװען זײַן געמאַרק. און זײ האָבן זיך אָנגעשטױסן אָן אָשר אין צפֿון, און אָן יִשׂשָׂכָר אין מזרח. און צו מנשה האָבן געהערט אין יִשׂשָׂכָר, און אין אָשר, בית-שְאָן און אירע טעכטערשטעט, און יִבֿלְעָם און אירע טעכטערשטעט, און די באַװוינער פֿון דוֹר און אירע טעכטערשטעט, און די באַװוינער פֿון עֵין-דוֹר און אירע טעכטערשטעט, און די באַװוינער פֿון תַּעֲנָך און אירע טעכטערשטעט, און די באַװוינער פֿון מגִדוֹ און אירע טעכטערשטעט – די דרײַ געגנטן. אָבער די קינדער פֿון מנשה האָבן ניט געקענט פֿאַרטרײַבן די דאָזיקע שטעט, װײַל דער כּנַעֲני איז באַשטאַנען צו בלײַבן זיצן אין דעם דאָזיקן לאַנד. און עס איז געװען, אַז די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען געװאָרן שטאַרקער, האָבן זײ געמאַכט דעם כּנַעֲני צו צינז, אָבער פֿאַרטרײַבן האָבן זײ אים ניט פֿאַרטריבן. און די קינדער פֿון יוֹסף האָבן גערעדט צו יהוֹשוען, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס גיסטו מיר פֿאַר אַ נחלה אײן גוֹרל און אײן חלק, װען איך בין פֿיל פֿאָלק, װײַל גאָט האָט מיך אַזױ געבענטשט? האָט יהוֹשועַ צו זײ געזאָגט: אױב דו ביסט פֿיל פֿאָלק, גײ דיר אַרױף צום װאַלד, און װעסט דיר אױסהאַקן פֿון דאָרטן, אין לאַנד פֿון דעם פּרִזי און די רפֿאים, אױב דיר איז ענג דאָס געבערג פֿון אפֿרים. האָבן די קינדער פֿון יוֹסף געזאָגט: אונדז װעט ניט קלעקן דאָס געבערג; און אײַזערנע רײַטװעגן זײַנען דאָ בײַ אַלע כּנַעֲנים װאָס זיצן אין לאַנד פֿון טאָל, בײַ די װאָס אין בית-שְאָן און אירע טעכטערשטעט, און בײַ די װאָס אין טאָל יִזרְעֶאל. האָט יהוֹשועַ געזאָגט צום הױז פֿון יוֹסף, צו אפֿרים און צו מנשה, אַזױ צו זאָגן: פֿיל פֿאָלק ביסטו און גרױס כּוח האָסטו; װעסט האָבן ניט אײן גוֹרל, נײַערט דאָס געבערג װעט געהערן צו דיר; װי עס איז װאַלד, װעסטו עס אױסהאַקן, און צו דיר װעט געהערן װאָס װעט אַרױסקומען דערפֿון; װאָרום װעסט פֿאַרטרײַבן דעם כּנַעֲני, װי ער האָט אײַזערנע רײַטװעגן, װי ער איז שטאַרק. Chapter 18 און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָט זיך אײַנגעזאַמלט אין שילוֹ, און זײ האָבן דאָרטן אױפֿגעשטעלט דעם אוֹהל-מוֹעד; און דאָס לאַנד איז געלעגן באַצװוּנגען פֿאַר זײ. אָבער עס זײַנען נאָך געבליבן צװישן די קינדער פֿון ישׂראל די װאָס האָבן ניט געקריגן אײַנגעטײלט זײער נחלה, זיבן שבֿטים. האָט יהוֹשועַ געזאָגט צו די קינדער פֿון ישׂראל: ביז װאַנען װעט איר זיך פֿױלן צו גײן אַרבן דאָס לאַנד װאָס יהוה דער גאָט פֿון אײַערע עלטערן האָט אײַך געגעבן? קריגט אײַך דרײַ מאַן פֿון אַ שבֿט, און איך װעל זײ שיקן, און זײ זאָלן אױפֿשטײן און אַרומגײן אין לאַנד, און זײ זאָלן עס פֿאַרשרײַבן לױט זײער נחלה, און קומען צו מיר. און זײ זאָלן זיך עס צעטײלן אין זיבן חלקים: יהודה זאָל בלײַבן בײַ זײַן געמאַרק אין דָרום, און דאָס הױז פֿון יוֹסף זאָלן בלײַבן בײַ זײער געמאַרק אין צפֿון. און איר זאָלט פֿאַרשרײַבן דאָס לאַנד אין זיבן חלקים, און ברענגען צו מיר אַהער, און איך װעל אײַך װאַרפֿן גוֹרל דאָ פֿאַר יהוה אונדזער גאָט. װאָרום די לוִיִים האָבן ניט קײן חלק צװישן אײַך, װײַל די כּהונה פֿון גאָט איז זײער נחלה; און גָד, און ראובֿן, און דער האַלבער שבֿט מנשה, האָבן געקריגן זײער נחלה פֿון יענער זײַט יַרדן צו מזרח, װאָס משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט זײ געגעבן. זײַנען אױפֿגעשטאַנען די מענער און זײ זײַנען געגאַנגען; און יהוֹשועַ האָט באַפֿױלן די װאָס זײַנען געגאַנגען פֿאַרשרײַבן דאָס לאַנד, אַזױ צו זאָגן: גײט, און װאַנדערט אַרום אין לאַנד, און פֿאַרשרײַבט עס, און קערט זיך אום צו מיר, און איך װעל אײַך דאָ װאַרפֿן גוֹרל פֿאַר גאָט אין שילוֹ. און די מענער זײַנען געגאַנגען, און האָבן דורכגעצױגן דורכן לאַנד, און האָבן עס פֿאַרשריבן לױט די שטעט, אין זיבן חלקים, אין אַ בוך, און זײ זײַנען געקומען צו יהוֹשוען אין לאַגער קײן שילוֹ. און יהוֹשועַ האָט זײ געװאָרפֿן גוֹרל אין שילוֹ פֿאַר גאָט, און יהוֹשועַ האָט דאָרטן צעטײלט דאָס לאַנד צו די קינדער פֿון ישׂראל לױט זײערע אײַנטײלונגען. איז אַרױפֿגעקומען דער גוֹרל פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון בנימין לױט זײערע משפּחות; און דער געמאַרק פֿון זײער גוֹרל איז אױסגעקומען צװישן די קינדער פֿון יהודה און צװישן די קינדער פֿון יוֹסף. און דער געמאַרק צו צפֿון-זײַט איז זײ געװען פֿון יַרדן; און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען צום רוקן פֿון יריחו אין צפֿון, און איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג צו מערבֿ; און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַם מדבר פֿון בית-אָוֶן. און דער געמאַרק איז אַריבער פֿון דאָרטן צו לוז, צום רוקן פֿון לוז – דאָס איז בית-אֵל – צו דָרום; און דער געמאַרק האָט אַראָפּגענידערט צו עַטרוֹת-אַדָר בײַם באַרג װאָס צו דָרום פֿון דער אונטערשטער בית-חוֹרוֹן. און דער געמאַרק האָט זיך געצױגן, און זיך אױסגעדרײט צו מערבֿ-זײַט, צו דָרום פֿון דעם באַרג װאָס פֿאַר בית-חוֹרוֹן צו דָרום; און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַ קִריַת-בעַל – דאָס איז קִריַת-יעָרים – אַ שטאָט פֿון די קינדער פֿון יהודה. דאָס איז די מערבֿ-זײַט. און די דָרום-זײַט איז געװען פֿון עק קִריַת-יעָרים; און דער געמאַרק איז אַרױסגעגאַנגען צו מערבֿ, און איז אַרױסגעקומען בײַם קװאַל פֿון די װאַסערן פֿון נֶפֿתּוֹחַ. און דער געמאַרק האָט אַראָפּגענידערט צום עק באַרג װאָס פֿאַר דעם טאָל פֿון בן-הִנוֹם, װאָס אין טאָל רפֿאים צו צפֿון; און ער האָט אַראָפּגענידערט צו דעם טאָל פֿון הִנוֹם, צום רוקן פֿון דעם יבֿוסי צו דָרום, און איז אַראָפּגעגאַנגען קײן עֵין-רוֹגֵל. און ער האָט זיך געצױגן פֿון צפֿון, און איז אַרױסגעקומען בײַ עֵין-שֶמֶש, און איז אַרױס צו גלילוֹת װאָס אַקעגן דעם אַרױפֿגאַנג פֿון אַדוֹמים, און האָט אַראָפּגענידערט צו דעם שטײן פֿון בוֹהַן דעם זון פֿון ראובֿן. און ער איז אַריבער צום רוקן אַקעגן דעם פּלױן צו צפֿון, און האָט אַראָפּגענידערט צום פּלױן. און דער געמאַרק איז אַריבער צום רוקן פֿון בית-חָגלָה צו צפֿון; און דער אױסלאָז פֿון דעם געמאַרק איז געװען בײַ דער צונג פֿון יַם-הַמֶלַח צו צפֿון, בײַם עק יַרדן צו דָרום. דאָס איז דער געמאַרק פֿון דָרום. און דער יַרדן גרענעצט עס צו מזרח-זײַט. דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון בנימין לױט אירע געמאַרקן, רונד אַרום, לױט זײערע משפּחות. און די שטעט פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון בנימין לױט זײערע משפּחות זײַנען געװען יריחו, און בית-חָגלָה, און עֵמֶק-קציץ; און בית-עַרָבֿה, און צמָרַיִם, און בית-אֵל; און עַוִים, און פּרָה, און עָפֿרָה; און כּפֿר-עַמוֹנָה, און עָפֿני, און גֶבֿע. צװעלף שטעט מיט זײערע דערפֿער. גִבֿעוֹן, און רָמָה, און באֵרוֹת; און מִצפּה, און כּפֿירָה, און מוֹצָה; און רֶקֶם, און יִרפּאֵל, און תַּראַלָה; און צֵלַע, אֶלֶף, און דער יבֿוסי – דאָס איז ירושָלַיִם – גִבֿעַת, קִריַת. פֿערצן שטעט מיט זײערע דערפֿער. דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון בנימין לױט זײערע משפּחות. Chapter 19 און דער צװײטער גוֹרל איז אַרױסגעקומען פֿאַר שמעון, פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון לױט זײערע משפּחות; און זײער נחלה איז געװען אין מיטן פֿון דער נחלה פֿון די קינדער פֿון יהודה. און זײ האָבן געהאַט אין זײער נחלה באֵר-שֶבֿע, און מוֹלָדָה; און חַצַר-שועָל, און בלָה, און עֶצֶם; און אֶלתּוֹלַד, און בתול, און חָרמָה; און ציקלַג, און בית-מַרכָּבֿוֹת, און חַצַר-סוסָה; און בית-לבֿאוֹת, און שָרוחֶן. דרײַצן שטעט מיט זײערע דערפֿער. עַיִן, רִמוֹן, און עֶתֶר, און עָשָן. פֿיר שטעט מיט זײערע דערפֿער. און אַלע דערפֿער װאָס רונד אַרום די דאָזיקע שטעט ביז בעֲלַת-באֵר, ביז רָמָה פֿון דָרום. דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון לױט זײערע משפּחות. פֿון דעם טײל פֿון די קינדער פֿון יהודה איז געװען די נחלה פֿון די קינדער פֿון שמעון, װאָרום דער חלק פֿון די קינדער פֿון יהודה איז געװען צו גרױס פֿאַר זײ, און די קינדער פֿון שמעון האָבן געקריגן אַ נחלה אין מיטן פֿון זײער נחלה. און דער דריטער גוֹרל איז אַרױפֿגעקועמן פֿאַר די קינדער פֿון זבֿולון לױט זײערע משפּחות; און דער געמאַרק פֿון זײער נחלה איז געװען ביז שָׂריד. און זײער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען צו מערבֿ און מַרעֵלָה, און האָט זיך אָנגעשטױסן אָן דַבשֶת, און זיך אָנגעשטױסן אָן דעם טײַך װאָס פֿאַר יָקנְעָם. און ער האָט זיך אומגעקערט פֿון שָׂריד צו מזרח, קעגן זונאױפֿגאַנג, ביז דעם געמאַרק פֿון כִּסלוֹת-תָּבֿוֹר, און איז אַרױסגעגאַנגען צו דָבֿרַת, און אַרױפֿגעגאַנגען קײן יָפֿיעַ. און פֿון דאָרטן איז ער אַריבער קײן מזרח, צו זונאױפֿגאַנג, צו גַת-חֵפֿר, צו עֵת-קָצין, און איז אַרױסגעגאַנגען בײַ רִמוֹן-מתוֹאָר קײן נַעָה. און דער געמאַרק האָט זיך אױסגעדרײט אַרום דעם צו צפֿון פֿון חַנָתוֹן; און זײַן אױסלאָז איז געװען דער טאָל יִפֿתַּח-אֵל; און קַטָת, און נַהלָל, און שִמרוֹן, און יִדאַלָה, און בית-לֶחֶם. צװעלף שטעט מיט זײערע דערפֿער. דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון זבֿולון לױט זײערע משפּחות, די דאָזיקע שטעט מיט זײערע דערפֿער. פֿאַר יִשׂשָׂכָר איז אַרױסגעקומען דער פֿירטער גוֹרל; פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר לױט זײערע משפּחות. און זײער געמאַרק איז געװען יִזרְעֶאל, און כּסולוֹת, און שונֵם; און חַפֿרַיִם, און שֵאוֹן, און אַנָחרַת; און רַבית, און קִשיוֹן, און אֶבֿץ; און רֶמֶת, און עֵין-גַנים, און עֵין-חַדָה, און בית-פּצֵץ, און דער געמאַרק האָט זיך אָנגעשטױסן אָן תָּבֿוֹר, און שַחצימָה, און בית-שֶמֶש; און דער אױסלאָז פֿון זײער געמאַרק איז געװען דער יַרדן. זעכצן שטעט מיט זײערע דערפֿער. דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר לױט זײערע משפּחות, די שטעט מיט זײערע דערפֿער. און דער פֿינפֿטער גוֹרל איז אַרױסגעקועמן פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אָשר לױט זײערע משפּחות. און זײער געמאַרק איז געװען: חֶלקַת, און חַלי, און בטֶן, און אַכשָף; און אַלַמֶלֶך, און עַמעָד, און מִשְאָל; און ער האָט זיך אָנגעשטױסן אָן כַּרמֶל אין מערבֿ, און אָן שיחוֹר-לִבֿנָת. און ער האָט זיך אומגעקערט צו זונאױפֿגאַנג, צו בית-דָגוֹן, און האָט זיך אָנגעשטױסן אָן זבֿולון, און אָן דעם טאָל יִפֿתַּח-אֵל צו צפֿון, בית-עֵמֶק, און נְעִיאל, און איז אַרױס צו כָּבֿול אױף לינקס, און עֶבֿרוֹן, און רחוֹבֿ, און חַמוֹן, און קָנָה, ביז גרױס-צידוֹן. און דער געמאַרק האָט זיך אומגעקערט צו רָמָה, און ביז דער פֿעסטונגשטאָט צוֹר. און דער געמאַרק האָט זיך אומגעקערט צו חוֹסָה; און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַם ים, פֿון חֶבֿל ביז אַכזיבֿ; און עומָה, און אַפֿק, און רחוֹבֿ. צװײ און צװאַנציק שטעט מיט זײערע דערפֿער. דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אָשר לױט זײערע משפּחות, די דאָזיקע שטעט מיט זײערע דערפֿער. פֿאַר די קינדער פֿון נפֿתּלי איז אַרױסגעקומען דער זעקסטער גוֹרל; פֿאַר די קינדער פֿון נפֿתּלי לױט זײערע משפּחות. און זײער געמאַרק איז געװען פֿון חֶלֶף, פֿון אֵלוֹן-בצַעֲנַנים, און אַדָמי-נֶקֶבֿ, און יַבֿנְאֵל, ביז לַקום; און זײַן אױסלאָז איז געװען דער יַרדן. און דער געמאַרק האָט זיך אומגעקערט קײן מערבֿ, צו אַזנוֹת-תָּבֿוֹר, און איז אַרױס פֿון דאָרטן צו חוקוֹק, און האָט זיך אָנגעשטױסן אָן זבֿולון אין דָרום, און אָן אָשר האָט ער זיך אָנגעשטױסן אין מערבֿ, און אָן יהודה בײַם יַרדן צו זונאױפֿגאַנג. און די פֿעסטונגשטעט זײַנען געװען צָדים-צֵר, און חַמַת, רַקַת, און כִּנֶרֶת; און אַדָמָה, און רָמָה, און חָצוֹר; און קֶדֶש, און אֶדרֶעִי, און עֵין-חָצוֹר; און יִרְאוֹן, און מִגדַל-אֵל, חָרֵם, און בית-עַנָת, און בית-שֶמֶש. נײַנצן שטעט מיט זײערע דערפֿער. דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון נפֿתּלי לױט זײערע משפּחות, די שטעט מיט זײערע דערפֿער. פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון דָן לױט זײערע משפּחות איז אַרױסגעקומען דער זיבעטער גוֹרל. און דער געמאַרק פֿון זײער נחלה איז געװען: צָרעָה, און אֶשתָּאוֹל, און עִיר-שֶמֶש; און שַעֲלַבין, און אַיָלוֹן, און יִתלָה; און אֵילוֹן, און תִּמנָה, און עֶקרוֹן; און אֶלתּקֵה, און גִבתוֹן, און בעֲלָת; און יהוד, און בנֵי-ברַק, און גַת-רִמוֹן; און מֵי-יַרקוֹן, און רַקוֹן, מיט דעם געמאַרק אַקעגן יָפֿוֹ. און דער געמאַרק פֿון די קינדער פֿון דָן איז אױסגעקומען צו װינציק פֿאַר זײ; זײַנען די קינדער פֿון דָן אַרױפֿגעגאַנגען און האָבן מלחמה געהאַלטן מיט לֶשֶם, און האָבן זי באַצװוּנגען, און זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, און זי געאַרבט, און זיך באַזעצט אין איר; און זײ האָבן גערופֿן לֶשֶם, דָן, אַזױ װי דער נאָמען פֿון זײער פֿאָטער דָן. דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון דָן לױט זײערע משפּחות, די דאָזיקע שטעט מיט זײערע דערפֿער. און אַז זײ האָבן געענדיקט מאַכן אַרבן דאָס לאַנד לױט אירע געמאַרקן, האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געגעבן אַ נחלה צו יהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, צװישן זײ. לױט דעם מױל פֿון גאָט האָבן זײ אים געגעבן די שטאָט װאָס ער האָט פֿאַרלאַנגט, תִּמנַת-סֶרַח אין דעם געבערג פֿון אפֿרים; און ער האָט באַבױט די שטאָט, און זיך באַזעצט אין איר. דאָס זײַנען די נחלות װאָס אֶלעָזָר דער כֹּהן, און יהוֹשועַ דער זון פֿון נון, און די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, האָבן געמאַכט אַרבן לױט גוֹרל אין שילוֹ פֿאַר גאָט, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. אַזױ האָבן זײ געענדיקט צעטײלן דאָס לאַנד. Chapter 20 און גאָט האָט גערעדט צו יהוֹשוען, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: מאַכט אײַך די שטעט פֿון אַנטרינונג װאָס איך האָב אײַך אָנגעזאָגט דורך משהן, אױף צו אַנטלױפֿן אַהין, פֿאַר דעם טױטשלעגער װאָס דערשלאָגט אַ נפֿש דורך אַ פֿאַרזע, אָן אַ כּיװן; און זײ זאָלן אײַך זײַן פֿאַר אַנטרינונג פֿון דעם בלוטמאָנער. און ער זאָל אַנטלױפֿן אין אײנער פֿון די דאָזיקע שטעט, און זיך שטעלן אין אײַנגאַנג פֿון שטאָטטױער, און רעדן אין די אױערן פֿון די עלטסטע פֿון יענער שטאָט זײַנע װערטער, און זײ זאָלן אים אַרײַננעמען צו זיך אין דער שטאָט, און אים געבן אַן אָרט, און ער זאָל זיצן בײַ זײ. און אַז דער בלוטמאָנער װעט אים נאָכיאָגן, זאָלן זײ ניט איבערענטפֿערן דעם טױטשלעגער אין זײַן האַנט, װאָרום אָן אַ כּיװן האָט ער דערשלאָגן זײַן חבֿר, און ער איז אים ניט געװען אַ שׂוֹנא פֿון נעכטן-אײערנעכטן. און ער זאָל זיצן אין יענער שטאָט, ביז ער שטעלט זיך פֿאַר דער עדה צום משפּט, ביז דעם טױט פֿון דעם כֹּהן-גָדול װאָס װעט זײַן אין יענע טעג; דענצמאָל מעג דער טױטשלעגער זיך אומקערן, און קומען אין זײַן שטאָט, און אין זײַן הױז – אין דער שטאָט װאָס ער איז פֿון דאָרטן אַנטלאָפֿן. האָבן זײ געהײליקט קֶדֶש אין גָליל, אין דעם געבערג פֿון נפֿתּלי, און שכֶם אין דעם געבערג פֿון אפֿרים, און קִריַת-אַרבע – דאָס איז חֶבֿרוֹן – אין דעם געבערג פֿון יהודה. און פֿון יענער זײַט יַרדן, בײַ יריחו צו מזרח, האָבן זײ אָפּגעגעבן בֶצֶר אין מדבר אין דעם פֿלאַכלאַנד, פֿון שבֿט ראובֿן, און ראָמוֹת אין גִלעָד, פֿון שבֿט גָד, און גוֹלָן אין בשָן, פֿון שבֿט מנשה. דאָס זײַנען געװען די באַשטימטע שטעט פֿאַר אַלע קינדער פֿון ישׂראל, און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ; אױף צו אַנטלױפֿן אַהין, פֿאַר איטלעכן װאָס דערשלאָגט אַ נפֿש דורך אַ פֿאַרזע; כּדי ער זאָל ניט שטאַרבן דורך דער האַנט פֿון דעם בלוטמאָנער, אײדער ער שטעלט זיך פֿאַר דער עדה. Chapter 21 און די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די לוִיִים האָבן גענענט צו אֶלעָזָר דעם כֹּהן, און צו יהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, און צו די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און זײ האָבן צו זײ גערעדט אין שילוֹ, אין לאַנד כּנַעַן, אַזױ צו זאָגן: גאָט האָט באַפֿױלן דורך משהן אונדז צו געבן שטעט צום װוינען, מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער פֿאַר אונדזערע בהמות. האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געגעבן די לוִיִים פֿון זײער נחלה, לױט דעם מױל פֿון גאָט, די דאָזיקע שטעט מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער. און דער גוֹרל איז אַרױס פֿאַר די משפּחות פֿון די קהָתים; און פֿאַר די קינדער פֿון אַהרן דעם כֹּהן, פֿון די לוִיִים, זײַנען געװען פֿון שבֿט יהודה, און פֿון שבֿט פֿון די שמעוֹנים, און פֿון שבֿט בנימין, לױט גוֹרל, דרײַצן שטעט. און פֿאַר די איבעריקע קינדער פֿון קהָת, פֿון די משפּחות פֿון שבֿט אפֿרים, און פֿון שבֿט דָן, און פֿון האַלבן שבֿט מנשה, לױט גוֹרל, צען שטעט. און פֿאַר די קינדער פֿון גֵרשוֹן, פֿון די משפּחות פֿון שבֿט יִשׂשָׂכָר, און פֿון שבֿט אָשר, און פֿון שבֿט נפֿתּלי, און פֿון דעם האַלבן שבֿט מנשה אין בשָן, לױט גוֹרל, דרײַצן שטעט. פֿאַר די קינדער פֿון מרָרי לױט זײערע משפּחות, פֿון שבֿט ראובֿן, און פֿון שבֿט גָד, און פֿון שבֿט זבֿולון, צװעלף שטעט. און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געגעבן די לוִיִים די דאָזיקע שטעט מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן דורך משהן, לױט גוֹרל. און זײ האָבן געגעבן פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יהודה, און פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון, די דאָזיקע שטעט װאָס מע רופֿט זײ דאָ אָן מיטן נאָמען. און דאָס איז געװען פֿאַר די קינדער פֿון אַהרן, פֿון די משפּחות פֿון די קהָתים פֿון די קינדער פֿון לֵוִי; װאָרום זײ האָבן געקריגן דעם גוֹרל צוערשט. און מע האָט זײ געגעבן די שטאָט פֿון אַרבע, דעם פֿאָטער פֿון עַנָק – דאָס איז חבֿרון – אין דעם געבערג פֿון יהודה, מיט אירע פֿרײַע פּלעצער רונד אַרום איר. אָבער דאָס פֿעלד פֿון דער שטאָט און אירע דערפֿער האָבן זײ געגעבן כָּלֵבֿ דעם זון פֿון יפֿונֶהן פֿאַר זײַן אײגנטום. און די קינדער פֿון אַהרן דעם כֹּהן האָבן זײ געגעבן די שטאָט פֿון אַנטרינונג פֿאַרן טױטשלעגער, חֶבֿרוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און לִבֿנָה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; און יַתּיר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און אֶשתּמוֹעַ מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; און חוֹלוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און דבֿיר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; און עַיִן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און יוטָה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און בית-שֶמֶש מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. נײַן שטעט פֿון די דאָזיקע צװײ שבֿטים. און פֿון שבֿט בנימין: גִבֿעוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, גֶבֿע מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; עַנָתוֹת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און עַלמוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. פֿיר שטעט. אַלע שטעט פֿון די קינדער פֿון אַהרן, די כֹּהנים: דרײַצן שטעט מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער. און פֿאַר די משפּחות פֿון די קינדער פֿון קהָת, די לוִיִים, די איבעריקע פֿון די קינדער פֿון קהָת – די שטעט פֿון זײער גוֹרל זײַנען געװען פֿון שבֿט אפֿרים. און מע האָט זײ געגעבן די שטאָט פֿון אַנטרינונג פֿאַרן טױטשלעגער, שכֶם, מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, אין דעם געבערג פֿון אפֿרים, און גֶזֶר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; און קִבֿצַיִם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און בית-חוֹרוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. פֿיר שטעט. און פֿון שבֿט דָן: אֶלתּקֵה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, גִבתוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; אַיָלוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, גַת-רִמוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. פֿיר שטעט. און פֿון האַלבן שבֿט מנשה: תַּעֲנָך מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און גַת-רִמוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. צװײ שטעט. אַלע שטעט: צען, מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער, פֿאַר די משפּחות פֿון די איבעריקע קינדער פֿון קהָת. און פֿאַר די קינדער פֿון גֵרשוֹן, פֿון די משפּחות פֿון די לוִיִים, פֿון האַלבן שבֿט מנשה; די שטאָט פֿון אַנטרינונג פֿאַרן טױטשלעגער, גוֹלָן אין בשָן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און בעֶשתְּרָה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. צװײ שטעט. און פֿון שבֿט יִשׂשָׂכָר: קִשיוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, דָבֿרַת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; יַרמות מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, עֵין-גַנים מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. פֿיר שטעט. און פֿון שבֿט אָשר: מִשְאָל מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, עַבֿדוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; חֶלקָת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און רחוֹבֿ מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. פֿיר שטעט. און פֿון שבֿט נפֿתּלי: די שטאָט פֿון אַנטרינוגן פֿאַרן טױטשלעגער, קֶדֶש אין גָליל, מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און חַמוֹת-דֹאר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און קַרתָּן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. דרײַ שטעט. אַלע שטעט פֿון די גֵרשונים לױט זײערע משפּחות: דרײַצן שטעט מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער. און פֿאַר די משפּחות פֿון די קינדער פֿון מרָרי, די איבעריקע לוִיִים, פֿון שבֿט זבֿולון: יָקנְעָם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, קַרתָּה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; דִמנָה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, נַהלָל מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. פֿיר שטעט. און פֿון שבֿט ראובֿן: בֶצֶר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און יַהצָה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; קדֵמוֹת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און מֵיפֿעַת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. פֿיר שטעט. און פֿון שבֿט גָד: די שטאָט פֿון אַנטרינונג פֿאַרן טױטשלעגער, רָמוֹת אין גִלעָד, מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און מַחנַיִם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; חֶשבוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, יַעְזֵר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. אַלע שטעט: פֿיר. די אַלע שטעט זײַנען געװען פֿאַר די קינדער פֿון מרָרי לױט זײערע משפּחות – די איבעריקע פֿון די משפּחות פֿון די לוִיִים; און זײער גוֹרל איז געװען צװעלף שטעט. אַלע שטעט פֿון די לוִיִים אין מיטן פֿון דעם אײגנטום פֿון די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען געװען אַכט און פֿערציק שטעט מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער. די דאָזיקע שטעט זײַנען געװען שטאָט אין שטאָט מיט אירע פֿרײַע פּלעצער רונד אַרום איר; אַזױ בײַ אַלע די דאָזיקע שטעט. און גאָט האָט געגעבן צו ישׂראל דאָס גאַנצע לאַנד װאָס ער האָט געשװאָרן צו געבן זײערע עלטערן; און זײ האָבן עס געאַרבט, און זיך באַזעצט דערין. און גאָט האָט זײ באַרוט פֿון רונד אַרום, אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט געשװאָרן זײערע עלטערן; און קײנער פֿון אַלע זײערע פֿײַנט איז ניט באַשטאַנען פֿאַר זײ; אַלע זײערע פֿײַנט האָט גאָט געגעבן אין זײער האַנט. ניט אַ װאָרט איז אָפּגעפֿאַלן פֿון אַלדעם גוטן צוזאָג װאָס גאָט האָט צוגעזאָגט דעם הױז פֿון ישׂראל; אַלץ איז אָנגעקומען. Chapter 22 דענצמאָל האָט יהוֹשועַ גערופֿן די ראובֿנים, און די גָדים, און דעם האַלבן שבֿט מנשה. און ער האָט צו זײ געזאָגט: איר האָט געהיט אַלץ װאָס משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט אײַך באַפֿױלן, און איר האָט צוגעהערט צו מײַן קָול, אין אַלץ װאָס איך האָב אײַך באַפֿױלן. איר האָט ניט פֿאַרלאָזט אײַערע ברידער די דאָזיקע פֿיל טעג ביז אױף הײַנטיקן טאָג, און איר האָט געהיט די היטונג פֿון דעם געבאָט פֿון יהוה אײַער גאָט. און אַצונד האָט יהוה אײַער גאָט באַרוט אײַערע ברידער, אַזױ װי ער האָט זײ צוגעזאָגט; דרום קערט אײַך אום אַצונד, און גײט אײַך צו אײַערע געצעלטן, צום לאַנד פֿון אײַער אײגנטום װאָס משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט אײַך געגעבן אױף יענער זײַט יַרדן. אָבער היט זײער צו טאָן דאָס געבאָט, און די תּוֹרה, װאָס משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט אײַך געבאָטן, ליב צו האָבן יהוה אײַער גאָט, און צו גײן אין אַלע זײַנע װעגן, און צו היטן זײַנע געבאָט, און זיך צו באַהעפֿטן אָן אים, און אים צו דינען מיט אײַער גאַנצן האַרצן, און מיט אײַער גאַנצער זעל. און יהוֹשועַ האָט זײ געבענטשט, און האָט זײ אַװעקגעשיקט, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען צו זײערע געצעלטן. און צו אַ האַלבן שבֿט מנשה האָט משה געגעבן אין בשָן; נאָר צום אַנדער האַלבן האָט יהוֹשועַ געגעבן מיט זײערע ברידער אױף דער זײַט יַרדן צו מערבֿ. און אַז יהוֹשועַ האָט זײ אַװעקגעשיקט צו זײערע געצעלטן, האָט ער זײ אױך געבענטשט, און ער האָט צו זײ געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: מיט פֿיל גוטס קערט אײַך אום צו אײַערע געצעלטן, און מיט זײער פֿיל פֿי, מיט זילבער, און מיט גאָלד, און מיט קופּער, און מיט אײַזן, און מיט קלײדער זײער פֿיל; צעטײלט דעם רױב פֿון אײַערע פֿײַנט מיט אײַערע ברידער. האָבן די קינדער פֿון ראובֿן, און די קינדער פֿון גָד, און דער האַלבער שבֿט מנשה, זיך אומגעקערט, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, פֿון שילוֹ װאָס אין לאַנד כּנַעַן, צו גײן קײן לאַנד גִלעָד, צום לאַנד פֿון זײער אײגנטום, װאָס זײ האָבן זיך דערין באַזעצט לױט דעם מױל פֿון גאָט דורך משהן. און אַז זײ זײַנען געקומען צו די געגנטן פֿון יַרדן װאָס אין לאַנד כּנַעַן, האָבן די קינדער פֿון ראובֿן, און די קינדער פֿון גָד, און דער האַלבער שבֿט מנשה, דאָרטן געבױט אַ מזבח בײַם יַרדן, אַ גרױסן מזבח אױף אָנצוקוקן. האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געהערט, אַזױ צו זאָגן: זעט, די קינדער פֿון ראובֿן, און די קינדער פֿון גָד, און דער האַלבער שבֿט מנשה, האָבן געבױט אַ מזבח אַנטקעגן לאַנד כּנַעַן, אין די געגנטן פֿון יַרדן, צו דער זײַט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. און װי די קינדער פֿון ישׂראל האָבן דערהערט, אַזױ האָט די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל זיך אײַנגעזאַמלט קײן שילוֹ אַרױפֿצוגײן אַקעגן זײ אױף מלחמה. און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשיקט צו די קינדער פֿון ראובֿן, און צו די קינדער פֿון גָד, און צום האַלבן שבֿט מנשה, קײן לאַנד גִלעָד, פּינחס דעם זון פֿון אֶלעָזָר דעם כֹּהן, און מיט אים צען פֿירשטן, צו אײן פֿירשט, צו אײן פֿירשט פֿון אַ פֿאָטערהױז פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל; און זײ זײַנען איטלעכער געװען דער הױפּט פֿון זײער פֿאָטערהױז בײַ די טױזנטן פֿון ישׂראל. און זײ זײַנען געקומען צו די קינדער פֿון ראובֿן, און צו די קינדער פֿון גָד, און צום האַלבן שבֿט מנשה, קײן לאַנד גִלעָד, און זײ האָבן מיט זײ גערעדט, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט די גאַנצע עדה פֿון יהוה: װאָס איז די דאָזיקע פֿעלשונג װאָס איר האָט געפֿעלשט אָן דעם גאָט פֿון ישׂראל, זיך אָפּצוקערן הײַנט פֿון הינטער יהוה, מיט אײַער בױען פֿאַר זיך אַ מזבח, כּדי איר זאָלט הײַנט װידערשפּעניקן אָן יהוה? איז אונדז װינציק די זינד פֿון פּעוֹר, װאָס מיר האָבן זיך נאָך פֿון איר ניט גערײניקט ביז אױף הײַנטיקן טאָג, און װאָס איבער איר איז געװען אַ מגפֿה אױף דער עדה פֿון יהוה, אַז איר קערט אײַך הײַנט אָפּ פֿון הינטער יהוה? און עס װעט זײַן: איר װעט װידערשפּעניקן הײַנט אָן יהוה, און מאָרגן װעט ער צערענען אױף דער גאַנצער עדה פֿון ישׂראל. אױב װידער דאָס לאַנד פֿון אײַער אײגנטום איז אומרײן, קומט אײַך אַריבער אין דעם לאַנד פֿון יהוהס אײגנטום, װאָס דאָרטן רוט דער מִשכּן פֿון יהוה, און באַזעצט אײַך צװישן אונדז, נאָר אָן יהוה זאָלט איר ניט װידערשפּעניקן, און אונדז זאָלט איר ניט װידערשפּעניקן, מיט אײַער בױען פֿאַר זיך אַ מזבח, אַחוץ דעם מזבח פֿון יהוה אונדזער גאָט. האָט ניט עָכָן דער זון פֿון זֶרַחן געפֿעלשט אַ פֿעלשונג מיט דעם חרם, און אױף דער גאַנצער עדה פֿון ישׂראל איז געװען דער צאָרן? און ניט יענער מאַן אַלײן איז אומגעקומען פֿאַר זײַן זינד. האָבן געענטפֿערט די קינדער פֿון ראובֿן, און די קינדער פֿון גָד, און דער האַלבער שבֿט מנשה, און זײ האָבן גערעדט צו די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן פֿון ישׂראל: דער גאָט פֿון געטער יהוה, דער גאָט פֿון געטער יהוה, ער װײס, און ישׂראל, ער זאָל װיסן! אױב דאָס איז אין װידערשפּעניקײט אָדער אױב אין פֿעלשונג אָן יהוה – זאָלסט אונדז ניט העלפֿן הײַנטיקן טאָג! – אונדז צו בױען אַ מזבח כּדי זיך אָפּצוקערן פֿון הינטער יהוה, אָדער אױב אױפֿצוברענגען אױף אים בראַנדאָפּפֿער און שפּײַזאָפּפֿער, אָדער אױב צו מאַכן אױף אים פֿרידאָפּפֿער, זאָל יהוה אַלײן אױפֿמאָנען! און אױב מיר האָבן עס ניט געטאָן בלױז פֿון זאָרג װעגן אַ זאַך, אַזױ צו זאָגן: מאָרגן װעלן אײַערע קינדער זאָגן צו אונדזערע קינדער, אַזױ צו זאָגן: װאָס קערט איר אײַך אָן מיט יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל? װאָרום אַ געמאַרק האָט יהוה געמאַכט צװישן אונדז און צװישן אײַך, קינדער פֿון ראובֿן, און קינדער פֿון גָד, דעם יַרדן; איר האָט ניט קײן חלק אין יהוה. און אײַערע קינדער װעלן שטערן אונדזערע קינדער – ניט צו פֿאָרכטן יהוה. האָבן מיר געזאָגט: לאָמיר זיך אַקאָרשט באַװאָרענען צו בױען דעם מזבח, ניט פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און ניט פֿאַר שלאַכטאָפּפֿער; נײַערט ער זאָל זײַן אַן עדות צװישן אונדז און צװישן אײַך, און צװישן אונדזערע דוֹרות נאָך אונדז: צו דינען דעם דינסט פֿון יהוה פֿאַר אים מיט אונדזערע בראַנדאָפּפֿער, און מיט אונדזערע שלאַכטאָפּפֿער, און מיט אונדזערע פֿרידאָפּפֿער, און אײַערע קינדער זאָלן מאָרגן ניט זאָגן צו אונדזערע קינדער: איר האָט ניט קײן חלק אין יהוה. און מיר האָבן געזאָגט: אױב עס װעט געשען, אַז זײ װעלן דאָס זאָגן צו אונדז אָדער צו אונדזערע דוֹרות שפּעטער אַהין, װעלן מיר זאָגן: זעט דעם בױ פֿון דעם מזבח פֿון יהוה, װאָס אונדזערע עלטערן האָבן געמאַכט, ניט פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און ניט פֿאַר שלאַכטאָפּפֿער; נײַערט אַן עדות איז ער צװישן אונדז און צװישן אײַך. חלילה אונדז צו װידערשפּעניקן אָן יהוה, און זיך אָפּצוקערן הײַנט פֿון הינטער יהוה, צו בױען אַ מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, פֿאַר שפּײַזאָפּפֿער, און פֿאַר שלאַכטאָפּפֿער, אַחוץ דעם מזבח פֿון יהוה אונדזער גאָט, װאָס פֿאַר זײַן מִשכּן! און װי פּינחס דער כֹּהן, און די פֿירשטן פֿון דער עדה, די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן פֿון ישׂראל װאָס מיט אים, האָבן געהערט די װערטער װאָס די קינדער פֿון ראובֿן, און די קינדער פֿון גָד, און די קינדער פֿון מנשה, האָבן גערעדט, איז דאָס װוילגעפֿעלן אין זײערע אױגן. און פּינחס דער זון פֿון אֶלעָזָר דעם כֹּהן האָט געזאָגט צו די קינדער פֿון ראובֿן, און צו די קינדער פֿון גָד, און צו די קינדער פֿון מנשה: הײַנט װײסן מיר, אַז צװישן אונדז איז גאָט; װאָרום איר האָט ניט געפֿעלשט אָן גאָט די דאָזיקע פֿעלשונג; אַצונד האָט איר מציל געװען די קינדער פֿון ישׂראל פֿון דער האַנט פֿון גאָט. און פּינחס דער זון פֿון אֶלעָזָר דעם כֹּהן, און די פֿירשטן, האָבן זיך אומגעקערט פֿון די קינדער פֿון ראובֿן, און פֿון די קינדער פֿון גָד, פֿון לאַנד גִלעָד, קײן לאַנד כּנַעַן צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זײ האָבן זײ געבראַכט אַן ענטפֿער. און דער ענטפֿער איז װוילגעפֿעלן אין די אױגן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געלױבט גאָט, און האָבן מער ניט גערעדט װעגן אַרױפֿגײן אַקעגן זײ אױף מלחמה, צו פֿאַרװיסטן דאָס לאַנד װאָס די קינדער פֿון ראובֿן און די קינדער פֿון גָד זיצן דערין. און די קינדער פֿון ראובֿן און די קינדער פֿון גָד האָבן גערופֿן דעם מזבח . . . . . . , װײַל: ”אַן עדות איז ער צװישן אונדז אַז יהוה איז גאָט“. Chapter 23 און עס איז געװען אין פֿיל טעג אַרום, נאָכדעם אַז גאָט האָט באַרוט ישׂראל פֿון אַלע זײערע פֿײַנט פֿון רונד אַרום, און יהושוע איז געװאָרן אַלט און באַטאָגט, האָט יהושוע גערופֿן גאַנץ ישׂראל, זײערע עלטסטע, און זײערע הױפּטלײַט, און זײערע ריכטער, און זײערע אױפֿזעער, און האָט צו זײ געזאָגט: איך בין אַלט און באַטאָגט. און איר האָט געזען אַלץ װאָס יהוה אײַער גאָט האָט געטאָן צו אַלע די דאָזיקע פֿעלקער פֿון אײַערטװעגן; װאָרום יהוה אײַער גאָט איז דער װאָס האָט מלחמה געהאַלטן פֿאַר אײַך. זעט, איך האָב אײַך אױסגעװאָרפֿן די דאָזיקע געבליבענע פֿעלקער פֿאַר אַ נחלה לױט אײַערע שבֿטים; פֿון ירדן, מיט אַלע פֿעלקער װאָס איך האָב פֿאַרשניטן, און ביזן ים-הגדול צו זון-אונטערגאַנג. און יהוה אײַער גאָט, ער װעט זײ אַרױסשטױסן פֿון פֿאַר אײַך, און װעט זײ פֿאַרטרײַבן פֿון אײַער אָנגעזיכט, און איר װעט אַרבן זײער לאַנד, אַזױ װי יהוה אײַער גאָט האָט אײַך צוגעזאָגט. דרום זאָלט איר זײַן זײער שטאַרק צו היטן און צו טאָן אַלץ װאָס שטײט געשריבן אין בוך פֿון תּורת-משה, זיך ניט אָפּצוקערן דערפֿון רעכטס אָדער לינקס, ניט צו קומען צװישן די דאָזיקע פֿעלקער, די דאָזיקע װאָס זײַנען געבליבן בײַ אײַך. און דעם נאָמען פֿון זײערע געטער זאָלט איר ניט דערמאָנען, און ניט לאָזן שװערן בײַ זײ און זײ ניט דינען, און זיך ניט בוקן צו זײ. נאָר בלױז אָן יהוה אײַער גאָט זאָלט איר אײַך באַהעפֿטן, אַזױ װי איר האָט געטאָן ביז הײַנטיקן טאָג, װאָס דערפֿאַר האָט יהוה פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר אײַך גרױסע און מאַכטיקע פֿעלקער; און איר - קײנער איז ניט באַשטאַנען פֿאַר אײַך ביז הײַנטיקן טאָג. אײן מאַן פֿון אײַך האָט געיאָגט טױזנט; װאָרום יהוה אײַער גאָט איז דער װאָס האָט מלחמה געהאַלטן פֿאַר אײַך, אַזױ װי ער האָט אײַך צוגעזאָגט. דרום זאָלט איר זײער היטן אײַער זעל, ליב צו האָבן יהוה אײַער גאָט. װאָרום אױב אָפּקערן װעט איר אײַך אָפּקערן, און איר װעט אײַך באַהעפֿטן אָן דעם רעשט פֿון די דאָזיקע פֿעלקער, די דאָזיקע װאָס זײַנען געבליבן בײַ אײַך, און איר װעט זיך מתחתּן זײַן מיט זײ, און איר װעט קומען צװישן זײ, און זײ צװישן אײַך, װיסן זאָלט איר װיסן זײַן, אַז יהוה אײַער גאָט װעט מער ניט פֿאַרטרײַבן די דאָזיקע פֿעלקער פֿון פֿאַר אײַך, און זײ װעלן אײַך זײַן פֿאַר אַ נעץ און פֿאַר אַ שטרױכלונג, און פֿאַר אַ רוט אין אײַערע זײַטן, און פֿאַר שטעכערס אין אײַערע אױגן, ביז איר װעט אונטערגײן פֿון דער דאָזיקער גוטער ערד װאָס יהוה אײַער גאָט האָט אײַך געגעבן. און אָט גײ איך די טעג אױף דעם װעג פֿון דער גאַנצער ערד; דרום זאָלט איר װיסן מיט אײַער גאַנצן האַרצן, און מיט אײַער גאַנצער זעל, אַז ניט אַן אײנציק װאָרט איז אָפּגעפֿאַלן פֿון די אַלע גוטע צוזאָגן װאָס יהוה אײַער גאָט האָט צוגעזאָגט װעגן אײַך; אַלע זײַנען אײַך אָנגעקומען; ניט אַן אײנציק װאָרט דערפֿון איז אָפּגעפֿאַלן. און עס װעט זײַן, אַזױ װי אײַך איז אָנגעקומען אַלדער גוטער צוזאָג װאָס יהוה אײַער גאָט האָט אײַך צוגעזאָגט, אַזױ װעט יהוה ברענגען אױף אײַך אַלדעם שלעכטן אָנזאָג, ביז ער װעט אײַך פֿאַרטיליקן פֿון דער דאָזיקער גוטער ערד װאָס יהוה אײַער גאָט האָט אײַך געגעבן. אַז איר װעט איבערטרעטן דעם בונד פֿון יהוה אײַער גאָט, װאָס ער האָט אײַך באַפֿױלן, און איר װעט גײן און דינען פֿרעמדע געטער, און זיך בוקן צו זײ, װעט גרימען דער צאָרן פֿון יהוה אױף אײַך, און איר װעט גיך אונטערגײן פֿון דעם גוטן לאַנד װאָס ער האָט אײַך געגעבן. Chapter 24 און יהושוע האָט אײַנגעזאַמלט אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל קײן שכם, און ער האָט גערופֿן די עלטסטע פֿון ישׂראל, און זײערע הױפּטלײַט, און זײערע ריכטער, און זײערע אױפֿזעער; און זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר גאָט. און יהושוע האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק: אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: אױף יענער זײַט טײַך זײַנען געזעסן אײַערע עלטערן פֿון אײביק אָן, תּרח דער פֿאָטער פֿון אבֿרהמען, און דער פֿאָטער פֿון נחורן; און זײ האָבן געדינט פֿרעמדע געטער. און איך האָב גענומען אײַער פֿאָטער אבֿרהמען פֿון יענער זײַט טײַך, און האָב אים דורכגעפֿירט דורך גאַנץ לאַנד כּנען; און איך האָב געמערט זײַן זאָמען, און אים געגעבן יצחקן. און איך האָב געגעבן צו יצחקן יעקבֿן און עשׂון; און איך האָב געגעבן עשׂון דעם באַרג שׂאיר אים צו אַרבן; און יעקבֿ און זײַנע קינדער האָבן גענידערט קײן מצרים. און איך האָב געשיקט משהן און אהרנען, און האָב געפּלאָגט מצרים, לױט װאָס איך האָב געטאָן צװישן זײ, און דערנאָך האָב איך אײַך אַרױסגעצױגן. און איך האָב אַרױסגעצױגן אײַערע עלטערן פֿון מצרים, און איר זײַט געקומען צום ים, און די מצרים האָבן נאָכגעיאָגט אײַערע עלטערן מיט רײַטװעגן און מיט רײַטער ביזן ים-סוף. און זײ האָבן געשריִען צו גאָט, און ער האָט געמאַכט אַ פֿיצטערניש צװישן אײַך און צװישן די מצרים, און געבראַכט אױף זײ דעם ים, און זײ צוגעדעקט; און אײַערע אױגן האָבן געזען װאָס איך האָב געטאָן מיט מצרים. און איר זײַט געבליבן אין מדבר פֿיל טעג. און איך האָב אײַך געבראַכט אין לאַנד פֿון דעם אמורי װאָס זיצט אױף יענער זײַט ירדן, און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן מיט אײַך, און איך האָב זײ געגעבן אין אײַער האַנט, און איר האָט געאַרבט זײער לאַנד, און איך האָב זײ פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר אײַך. איז אױפֿגעשטאַנען בלק דער זון פֿון צפּורן, דער מלך פֿון מואבֿ, און האָט מלחמה געהאַלטן אַקעגן ישׂראל; און ער האָט געשיקט און גערופֿן בלעם דעם זון פֿון בעורן, אײַך צו שילטן. אָבער איך האָב ניט געװאָלט צוהערן צו בלעמען, און בענטשן האָט ער אײַך געבענטשט; און איך האָב אײַך מציל געװען פֿון זײַן האַנט. און איר זײַט אַריבערגעגאַנגען דעם ירדן, און איר זײַט געקומען צו יריחו, און עס האָבן מלחמה געהאַלטן אַקעגן אײַך די מענער פֿון יריחו, דער אמורי, און דער פּרזי, און דער כּנעני, און דער חוי, און דער גרגשי, דער חוי, און דער יבֿוסי; און איך האָב זײ געגעבן אין אײַער האַנט. און איך האָב געשיקט אײַך פֿאַרױס די האָרנבין, און זי האָט זײ פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר אײַך, די צװײ מלכים פֿון אמורי; ניט מיט דײַן שװערד, און ניט מיט דײַן בױגן. און איך האָב אײַך געגעבן אַ לאַנד װאָס דו האָסט זיך דערױף ניט געמיט, און שטעט װאָס איר האָט ניט געבױט, און איר האָט זיך אין זײ באַזעצט; װײַנגערטנער און אײלבערטגערטנער װאָס איר האָט ניט געפֿלאַנצט, עסט איר. און אַצונד, האָט מורא פֿאַר יהוה, און דינט אים מיט גאַנצקײט און מיט אמת; און טוט אָפּ די געטער װאָס אײַערע עלטערן האָבן געדינט, אױף יענער זײַט טײַך, און אין מצרים, און דינט יהוה. און אױב עס איז שלעכט אין אײַערע אױגן צו דינען יהוה, װײלט אײַך אױס הײַנט װעמען איר װילט דינען, ענטװעדער די געטער װאָס אײַערע עלטערן האָבן געדינט אױף יענער זײַט טײַך, אָדער די געטער פֿון דעם אמורי, װאָס איר זיצט אין זײער לאַנד; און איך און מײַן הױזגעזינט װעלן דינען יהוה. האָט געענטפֿערט דאָס פֿאָלק און האָט געזאָגט: חלילה אונדז צו פֿאַרלאָזן יהוה, כּדי צו דינען פֿרעמדע געטער! װאָרום יהוה אונדזער גאָט איז דער װאָס האָט אױפֿגעבראַכט אונדז און אונדזערע עלטערן פֿון לאַנד מצרים, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט, און װאָס האָט געטאָן פֿאַר אונדזערע אױגן די דאָזיקע גרױסע צײכנס, און האָט אונדז אָפּגעהיט אױף דעם גאַנצן װעג װאָס מיר זײַנען געגאַנגען אױף אים, און צװישן אַלע פֿעלקער װאָס מיר זײַנען דורכגעגאַנגען דורך זײ. און יהוה האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר אונדז אַלע פֿעלקער און דעם אמורי, דעם באַװױנער פֿון לאַנד; דרום װעלן מיר אױך דינען יהוה, װאָרום ער איז אונדזער גאָט. האָט יהושוע געזאָגט צום פֿאָלק: איר װעט ניט קענען דינען יהוה, װאָרום אַ הײליקער גאָט איז ער, אַ צערנדיקער גאָט איז ער; ער װעט ניט פֿאַרגעבן אײַער פֿאַרברעך און אײַערע זינד. אױב איר װעט פֿאַרלאָזן יהוה, און װעט דינען פֿרעמדע געטער, װעט ער זיך קערן און װעט אײַך שלעכטס טאָן, און װעט אײַך פֿאַרלענדן, נאָכדעם װי ער האָט אײַך גוטס געטאָן. האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט צו יהושוען: נײן, נײַערט יהוה װעלן מיר דינען. האָט יהושוע געזאָגט צום פֿאָלק: איר זײַט עדות קעגן אײַך אַלײן. אַז איר האָט אײַך אױסדערװײלט יהוה, אים צו דינען. - און זײ האָבן געזאָגט: עדות! - און אַצונד טוט אָפּ די פֿרעמדע געטער װאָס צװישן אײַך, און נײגט אײַער האַרץ צו יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל. האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט צו יהושוען: יהוה אונדזער גאָט װעלן מיר דינען, און צו זײַן קול װעלן מיר צוהערן. און יהושוע האָט געשלאָסן אַ בונד מיטן פֿאָלק אין יענעם טאָג, און ער האָט זײ געמאַכט חוקים און געזעצן אין שכם. און יהושוע האָט אױפֿגעשריבן די דאָזיקע װערטער אין בוך פֿון גאָטס תּורה; און ער האָט גענומען אַ גרױסן שטײן, און האָט אים דאָרטן אױפֿגעשטעלט אונטער דעם אײכנבױם װאָס בײַם הײליקטום פֿון גאָט. און יהושוע האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק: אָט דער דאָזיקער שטײן זאָל זײַן פֿאַר אַן עדות אַקעגן אונדז, װאָרום ער האָט געהערט אַלע װערטער פֿון יהוה, װאָס ער האָט מיט אונדז גערעדט; און ער װעט זײַן פֿאַר אַן עדות אַקעגן אײַך, טאָמער װעט איר לײקענען אָן אײַער גאָט. און יהושוע האָט פֿאַנאַנדערגעשיקט דאָס פֿאָלק, איטלעכן צו זײַן נחלה. און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, איז געשטאָרבן יהושוע דער זון פֿון נון, דער קנעכט פֿון גאָט, צו הונדערט מיט צען יאָר. און מע האָט אים באַגראָבן אין דעם געמאַרק פֿון זײַן נחלה, אין תּמנת-סרח װאָס אין דעם געבערג פֿון אפֿרים, אין צפֿון פֿון באַרג געש. און ישׂראל האָט געדינט גאָט אַלע טעג פֿון יהושוען, און אַלע טעג פֿון די זקנים װאָס האָבן מאריך-ימים געװען נאָך יהושוען, און װאָס האָבן געװוּסט אַלדי טוּונג פֿון גאָט, װאָס ער האָט געטאָן פֿאַר ישׂראל. און די בײנער פֿון יוספֿן, װאָס די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אױפֿגעבראַכט פֿון מצרים, האָבן זײ באַגראָבן אין שכם, אױף דעם שטיק פֿעלד װאָס יעקבֿ האָט געקױפֿט פֿון די זין פֿון חמור, דעם פֿאָטער פֿון שכמען, פֿאַר הונדערט קשׂיטה; און עס איז געװאָרן די קינדער פֿון יוסף פֿאַר אַ נחלה. און אלעזר דער זון פֿון אהרנען איז געשטאָרבן, און מע האָט אים באַגראָבן אױף דעם בערגל פֿון זײַן זון פּינחסן, װאָס איז אים געגעבן געװאָרן אין דעם געבערג פֿון אפֿרים.